אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:עס עס"
ק (Removing Link FA template (handled by wikidata)) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:32, 22 נאוועמבער 2022
עס עס - SS (אַ קורץ־וואָרט פון Schutzstaffel - שוץ־שטאפל) איז געווען דער מיליטער פון די נאצי פארטיי. עס איז געגרינדעט געווארן ביי די 1920ער אלס א פערזענליכע וועכטער־אפטיילונג אויפן פירער פון די נאציס, אדאלף היטלער.
היינריך הימלער איז געווען דער פירער פון עס-עס זינט ה'תרפ"ט ביז ה'תש"ה (1929 - 1945). במשך די תקופה איז די עס עס געוואקסן פון א קליין פאראמיליטער צו איינע פון די גרעסטע און מעכסיקע ארגאניזאציעס אין די נאציסטישע דייטשלאנד. די סאלדאטן פונעם פארטיי האט מען אויסגעקליבן לויט די ראסישע פרינציפ פון נאציזם.
דער מיליטער איז געווען א באזונדער מיליטער און אפגעטיילט פון די פארמאלע מיליטער אין דייטשלאנד (דער ווערמאכט) ביז ווען אדאלף היטלער איז געווארן קאנצלער אויף דייטשלאנד. אבער זינט די נאציס האבן באקומען די מאכט אויף דייטשלאנד האבן זיי אויך קאנטראלירט אויף דער געהיים-פאליציי פון דייטשלאנד (דאס געשטאפא), און אויך אויפן זיכערהייט־דינסט (דער SD).
די מיליטערישע אפטייל פונעם עס עס (דער וואפען עס עס) איז געווען דער פאראנטווארטלעכער צום גרינדונג די קאנצענטראציע לאגערן און די פארניכטונג לאגערן. זיי האבן געהאלפן אפווישן די יידן פון ווארשאווער געטא.
דער פירער פון עס-עס (היינריך הימלער) איז געווען פון די גרעסטע פאראנטווארטלעכע צו דעם ענדגילטיקע לייזונג-פראגראם צו פארניכטן אלע יידן אין אייראפע.