אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:עלעקטרישער שטראם"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 12:32, 22 נאוועמבער 2022

עלעקטרישער שטראם איז א פֿלוס פון עלעקטרישער לאדונג. עלעקטרישע לאדונג פלוסט ווען ס'איז פאראן א וואלטאזש אריבער א דורכפירער. אין שטראמקרייזן ווערט די לאדונג געטראגן דורך עלעקטראנען וואס באוועגן זיך אין א דראט.

דער סטאנדארטער איינס פאר עלעקטרישן שטראם איז דער אמפער, וואס איז א פלוס פון עלעקטרישער לאדונג פון איין קולאמב א סעקונדע.

עלעקטרישע שטראמען האבן א סך באניצן, ווי באלייכטן און הייצונג. אויך קען אן עלעקטרישער שטראם שאפן א מאגנעטיש פעלד, וואס ווערט געניצט אין מאטארן און גענעראטארן.

וועבלינקען

מוסטער:וויסן-שטומף