אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:עלעקטראניק"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 12:32, 22 נאוועמבער 2022

עלעקטראניק איז א טייל פון עלעקטראטעכניק וואס פארנעמט זיך מיט פלאנירן עלעקטרישע שאלטונגען מיט טעטיקע עלעקטראנישע קאמפאנענטן.

עלעקטראנישע מיטלען און קאמפאנענטן

אן עלעקטראנישער קאמפאנענט איז נארוועלכער פיזישער יש אין אן עלעקטראנישער סיסטעם וואס ווירקט אויף די עלעקטראנען אדער זייערע פארבונדענע פעלדער צו פארווירקלעכן די פונקציע פון דער סיסטעם. א קאמפאנענט איז פלאנעוועט צו ווערן פארבונדן מיט אנדערע קאמפאנענטן, געוויינלעך ווערט ער צוגעלייגט צו א געדרוקטן קרייז (PCB), כדי צו שאפן אן עלעקטראנישן קרייז מיט א ספעציפישער פונקציע (למשל פון א פארשטארקער, ראדיא-אויפנעמער רדיו אדער אן אסצילאטאר). קאמפאנענטן זענען פלאנעוועט צו ווערן איינגעפאקט אליין אדער אין גרעסערע גרופעס ווי איינגעגלידערטע קרייזן. די מערסט פארשפרייט עלעקטראנישע קאמפאנענטן זענען קאנדענסאטארן, רעזיסטארן, אינדוקטארן (שפולן פון דראט), דיאדעס און טראנזיסטארן.

זעט אויך