אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:Wi-Fi"
ק (Bot: Migrating 62 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q29643 (translate me)) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 09:37, 22 נאוועמבער 2022
Wi-Fi איז אַ האַנדל־מאַרקע (געגרינדעט 1999) פֿאַר פֿאַרשײדענע סטאַנדאַרטן פֿאַר פּראָדוקטן פֿון אָנשנוריק נעצװערקן (Wireless Networks) אין אַ לאָקאַלער תּחום, Wi-Fi איז באַזירט אױף דער 802.11 IEEE סטאַנדאַרט.
די Wi-Fi סטאַנדאַרטן דערלױבן פֿאַרשפּרײטן אַן אָנשנוריקע קאָמוניקאַציע נעצװערק וועלכע אין איר איז טראַנסמיטירט IP דאַטן פעק צװישן די פֿאַרשײדענע קאָנסומענטן אין אַ װײַטקײַט פֿון צענדליקער אָדער טױזנטער מעטערס. דער נאָמען Wi-Fi איז די קירצונג פֿון Wireless Fidelity װאָס באַדײַט אָנשנוריק טרײַהײַט.
די Wi-Fi נעצװערק אַרבעט אין אײנע פֿון צװײ פֿאַלן: אד האק אדער אינפֿראַסטרוקטור (WAP). די ערשטע פֿאַל איז א ניט אַדמיניסטראַטיװע נעצװערק װעלכע אַלע קאָנסומענטן פֿאַרבינדן זיך צוזאַמען אָן קײַן באַזונדערע אינפֿראַסטרוקטור. אין דער צװײטער פֿאַל איז די נעצװערק אָרגאַניזירט דורך א צוטריט פּונקט (WAP) אין אַלגעמײן קאָמבינירט מיט אַ רוטירער.
דער עיקר מעלה פון א Wi-Fi נעצװערק איז די פּשוטקײַט פֿון צונױפֿשטעלן די נעצװערק אױסשטאַטונגען און איר ביליקײַט. אַ סך שויס קאמפיוטערס װערן פֿאַרקױפֿט מיט אַן אײַנגעבױטע Wi-Fi קאַרטע.