רעוויזיע פון 12:27, 22 נאוועמבער 2022
משה רפאל גפֿני (געבוירן י׳ אייר תשי"ב, 5טן מיי 1952) איז דער פארזיצער און אלעגעמיינער סעקרעטאַר פון דגל התורה און כנסת דעפוטאט פון דער יהדות התורה פראקציע; ער דינט ווי פארזיצער פונעם פינאנץ קאַמיטעט. פריער האט ער געדינט ווי וויצע מיניסטער פון רעליגיע און פארזיצער פונעם וויסנשאַפֿט און טעכנאָלאָגיע קאַמיטעט .
ביאגראפיע
משה גַפֿני איז געבוירן געוואָרן אין תל אביב צו אליהו און חוה-ברכה גפני, גערער חסידים פון פוילן. ער האט געלערנט אין דער סלאַבאָדקער און גראָדנער ישיבות. אין תשל"ג נאָך זייַן חתונה האט ער זיך געצויגן קיין אופקים און איז געווען איינער פון די גרינדער פון דער ארטיגער חרדישער קהילה.[1] ער געדינט ווי ראש כולל פון דעם "זיכרון אליהו" כולל אין אופקים און איז געווען אַ מיטגליד פון דעם אופקים לאקאלן ראט. אויך האט ער געדינט ווי אַ קאָרעספּאָנדענט אין דער "יתד נאמן" צייטונג .
וועבלינקען
רעפערענצן
מוסטער:פינאנץ קאמיטעט פארזיצער (ישראל)