אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי משה אייכנשטיין"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:27, 22 נאוועמבער 2022
רבי משה אייכנשטיין זצ"ל (ה'תקכ"ה - ו' אייר ה'ת"ר), רבי אין סאמבאר.
אפשטאם
רבי משה איז געבוירן אין יאר ה'תקכ"ה, דער צווייטער זון צו זיין פאטער, הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין, פון סאפרין. און צו זיין מוטער מרת הינדא א טאכטער פון הרב צבי.
רבנות
רבי משה האט געצויגן זיי פרנסה פון א קליין געוועלב וואס זיין ווייב האט אנגעפירט, ער אליין פלעגט ארום פארן אין די דערפער פארקויפן איינגעמאכטס.
רבי משה איז געווען א תלמוד מובהק פון זיין ברודער דער עטרת צבי, רבי משה שרייבט אין דער הקדמה פון ספר עטרת צבי, ער האט באדינט זיין ברודער פערציג יאר, אויסער די פינף יאר וואס ער האט געלערנט ביי אים פשט.
אין יאר ה'תקצ"ב איז רבי משה געווארן רבי אויף זיינע ברודערס ארט.
הסתלקות
ערב פסח ה'ת"ר איז רבי משה ערנסט קראנק געווארן, און איז נפטר געווארן ו' אייר ה'ת"ר, און ער ליגט נעבען זיין ברודער.
פאמיליע
רבי משה האט געהייראט א טאכטער פון הרב יהודה א ברודער פון הרב משה חריף. זייערע קינדער:
- הרב יהודה צבי הירש אייכנשטיין (ה'תקנ"א - ז' חשוון ה'תר"ח), פון ראזלא.
- הרב יעקב קאפל אייכנשטיין רב אין רודיק.
- הרב ישעיה אייכנשטיין פון סניאטין.
זיינע ספרים
- תפלה למשה
זעט אויך
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר