אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי מרדכי מנשה זילבער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(אזוי איז געווען)
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 12:27, 22 נאוועמבער 2022

רבי מרדכי מנשה זילבער (געב׳ ג' אלול תשי"א), באקאנט אלס רבי מאטל זילבער, איז רבי פון קהל תולדות יהודא סטיטשין אין בארא פארק.

ער האט חסידים אין פארשידענע ערטער. אויסער דער צענטראלע בית המדרש אין בארא פארק, האבן זיינע חסידים געעפנט שטיבלעך אין וויליאמסבורג, מאנסי, לעיקוואד, קרית יואל, און אויך אין ארץ ישראל אין ירושלים.

ער האט געלערנט אין ישיבת תורה ודעת. דער משגיח פון ישיבה רבי משה וואלפסאן, היינט רב פון ביהמ"ד אמונת ישראל, האט אים אויסגעוועלט אלס זיין איידעם.

הינטערגרונט

רבי מאטל איז געבוירן געווארן אין פאריז ג׳ אלול תשי״א צו זיין פאטער ר׳ שמחה אלטער זילבער, א סטוטשינער חסיד פון גאליציע. ער אליין איז פון זיין יוגנט געווען א שטארקער חסיד פונעם סטוטשינער רב, רבי יהודה הורוויץ.

גלייך נאך דער פטירה פונעם סטוטשינער רב, זענען טייל חסידים ארויס און געגרינדעט אן אייגענע קהילה, זיי האבן אויפגענומען רבי מאטל צוערשט אלס ראש החבורה און שפעטער, ווען די חבורה איז זיך צעוואקסן אלס א געהעריגע קהילה, איז ער געווארן רבי און מנהיג פון דער קהילה.

רבי מאטל זאגט אסאך שיעורים אין חסידות, אויף א טיפן פארנעם. זיין סטיל איז גאר אייגנארטיג, באזירט אויף כתבי אר"י און ספרי קבלה, מיט א געמיש פון א ברייטן אויסוואל פון פארשידענע ספרי חסידות. ער זאגט הפלא'דיגע גימטריאות על דרך הרמז געמישט מיט חסידות. שלש סעודות זאגט ער יעדע וואך א פרישע מאמר פון איבער א שעה.

ער לערנט אסאך קבלה, און דאס איז זיין עיקר באשעפטיגונג דורכ'ן טאג. ער זאגט עטליכע שיעורים אין קבלה פאר יונגעלייט, און ער פאדערט כסדר אז א מענטש דארף זיך מאכן פאר א כלי מוכשר צו קענען לערנען קבלה. אויך רעדט ער אסאך איבער די עבודת היחודים פון צדיקים צו וואס יעדער דארף צוקומען.

ער זאגט אויך מוסר שמועסן און שיעורים אין אזעלכע ספרים ווי מסילת ישרים, און נאך. זיינע מוסר שמועסן זענען זייער אייגנארטיג. ער איז געבענטשט מיט הומאר און א גוטער שפראך, און צומאל איז עס זייער קאמיש און טשיקאוו. דער שיעור איז זייער פאפולער, נאך מער ווי די שיעורים אין חסידות, און איז א לייכטע שיעור.

פורים און שושן פורים שטייט ער 8 שעה אויפ'ן טיש, און האלט אונטער דעם עולם אויף א מייסטערהאפטיגן פארנעם.

וועבלינקען