אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מיסוראטאה"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 12:25, 22 נאוועמבער 2022

מיסוראַטאַה איז די דריטע גרעסטע שטאט אין ליביע, ווייט 200 ק"מ פון טריפאלי, ביים מערב עק פונעם סידרא איינגאס.

אין די מיטל אלטער איז מיסוראטאה געווען א גרויסער און חשובער האנדל צענטער אין דעם ראיאן. אין 1912 האבן די איטאליענער זי איינגענומען, ביז 1914. ביי דער ערשטער וועלט מלחמה איז מיסוראטאה א מיליטערישער צענטער פון די טערקן. אין 1920 האבן די איטאליענער ווידער איינגענומען מיסוראטאה. ביי דער צווייטער וועלט מלחמה האבן די בריטישע איינגענומען די שטאט.

די שטאט האט א פארט אויפן מיטלענדישן ים.

יידן

ביז 1949 האט מיסוראטאה געהאט א יידישע קהילה פון עטלעכע טויזנטער מענטשן. רוב פון זיי האבן עמיגרירט קיין ישראל, און א טייל אין איטאליע.

32°22′N 15°05′E / 32.367°N 15.083°E / 32.367; 15.083 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט מוסטער:אפריקע-געא-שטומף