אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לשון־רבים"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:23, 22 נאוועמבער 2022
לשון רבים אדער מערצאָל איז דאס ווארט אויף גראמאטיק פאר אסאך זאכן אדער נומערן.
עס איז קעגן בלויז איין זאך אדער נומער פון א יחיד אדער איינצעלער ענין.
אין כמעט אלע שפראכן בייגט מען סובסטאנטיוון צו ווײַזן מערצאל. אויף אסאך שפראכן, כולל יידיש, בייגט מען אויך אדיעקטיוון און ווערבן צו ווײַזן מערצאל.
מערצאל אין יידיש
אנדערש ווי רוב שפראכן, אויף יידיש איז פארמירן די מערצאל פון סובסטאנטיוון שטארק קאמפליצירט. ס'איז נישט דא קיין איין כלל, נאר עטלעכע כללים.[1]
מערצאל מיט -ן אדער -ען
ווען א סובסטאנטיוו לאזט אויס מיט א קאנסאנאנט אדער א געדרוקטער וואקאל, נארמאל שאפט מען מערצאל מיט -ן, למשל: אפגרונטן (פון אפגרונט), מענטשן (פון מענטש), שולן (פון שול), שעה'ן (פון שעה).
אין די פאלגנדע אויסנאם פאלן שאפט מען די מערצאל מיט -ען:[2]
- נאך 'מ' אדער 'נ': אטאמען (פון אטאם), באנען (פון באן)
- נאך 'נג' אדער 'נק': לונגען (פון לונג), שענקען (פון שענק)
- נאך א קאנסאנאנט און א 'ל (וואס איז נישט קיין פארקלענערונג)': פֿאקלען (פון פאקל)
- נאך א געדרוקטן וואקאל: שאסייען (פון שאסיי)
מערצאל מיט -ס
מען רעדט אויס דעם מערצאל 'ס' כמעט אזוי ווי א 'ז'. (ענלעך צו ענגליש)
- סובסטאנטיוון וואס לאזן אויס מיט א נישט-געדרוקטן -ע: קעשענעס, פֿראגעס, שולעס
- אינטערנאציאנעלע ווערטער וואס לאזן אויס מיט א נישט-געדרוקטן וואקאל: אויטאס, ראדיאס
- טייל סובסטאנטיוון וואס לאזן אויס -ם אדער -ן אין א נישט-געדרוקטן טראַף: בעזעמעס (פון בעזעם), לחיימס, בויגנס (פון בויגן), וואלקנס (פון וואלקן), ווארטצייכנס
- סובסטאנטיוון וואס (באדייטן נישט קיין מענטשן און) לאזן אויס -ער: ווינטערס, טעאטערס, ענטפֿערס
- משפחה נעמען (אבער זעט אונטן "מערצאל מיט -עס": די וויינבערגס, די רובינס, די ראַפאפארטס
מערצאל מיט -עס
- ווערטער וואס לאזן אויס -ניק (און באדײַטן מענטשן): כל־בוניקעס, נודניקעס
- געוויסע ווערטער וואס שטאמען פון סלאווישע שפראכן (אמאל טוישט זיך א וואקאל דערצו): כוליגאַן ← כוליגאַנעס, טשוואק ← טשוועקעס, סטויפ ← סטויפעס
- משפחה נעמען וואס לאזן אויס מיט א 'ז', 'ס', 'ץ' אדער ,'ש': די הורוויצעס, די יאסעפֿאוויטשעס
מערצאל מיט -ים אדער -ות
ווערטער וואס שטאמען פון לשון־קודש שאפֿן זייער מערצאל מיט -ים אדער -ות. אין מערצאל רוקט זיך דער דרוק צום פֿאַרלעצטן טראַף.
- גנב ← גנבים, כהן ← כהנים, חכם ← חכמים, רב ← רבנים, שבת ← שבתים. אויך בחור ← בחורים (דער דרוק בלײַבט אויפן ערשטן טראף.)
- חלום ← חלומות, חתונה ← חתונות, מקור ← מקורות
מערצאל מיט -עך
פארקלענערונגס־ווערטער שאפֿן די מערצאל מיט -עך אַנדערע ווערטער וואָס לאָזן זיך אויס מיט אַ -ל וועלן שאַפן די מערצאל -ען
ביישפּילן פון פארקלענערונגען: מויד -> מיידל -> מיידלעך. ראד -> רעדל -> רעדלעך. גאס -> געסל -> געסלעך.
פארשידענע דיאלעקטישע פארעמען: שליסל -> שליסלעך. צעטל -> צעטלעך. אויף סטאנדארט יידיש וועלן די סובסטאנטיוון זיין אויף מערצאל מיט -ען. שליסלען מיט צעטלען.
מערצאל מיט -ער
ס'איז נישט דא קיין כלל וועלכע ווערטער שאפן זייער מערצאל מיט -ער, אבער אסאך גאר אלטע ווערטער אין יידיש האבן מערצאל -ער. למשל:
- איי ← אייער, בילד ← בילדער, הונדערט ← הונדערטער, ווײַב ← ווײַבער, קלייד ← קליידער
אפטמאל ענדערט זיך א ← ע, ו ← י, "קורצער חולם" וי ← יי, "לאנגער חולם" וי ← ײַ:
- לאַנד ← לענדער, מאַן ← מענער, פֿלאַש ← פֿלעשער, קאַלב ← קעלבער
- דארף ← דערפֿער, לאך ← לעכער, ראָד ← רעדער, (די) פֿאָן ← פֿענער, שלאס ← שלעסער; אויך פָנים ← פֶנימער
- בוך ← ביכער, (דאס) גוט ← גיטער
- בוידעם ←ביידעמער, בוים ← ביימער
- הויז ← הײַזער, מויל ← מײַלער
מערצאל מיט ענדערן א וואקאל
מערצאל גלייך מיט איינצאל
רעכט --> רעכט
רעפֿערענצן
- ↑ Dovid Katz, Grammar of the Yiddish Language
- ↑ הערה א: עס קומט יאָ דער "ע" נאָך די אותיות "מ", "נ", "נג" און "נק": קומען, מאָנען, לונגען, טרינקען (דער נוסח פון אלגעמיינעם זשורנאל)