אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לקוטי מהרצ"א"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 27: | שורה 27: | ||
[[קאַטעגאָריע:חסידישע ספרים - תורה]] | [[קאַטעגאָריע:חסידישע ספרים - תורה]] | ||
[[קאַטעגאָריע:חסידישע ספרים - נ"ך און חמש מגילות]] | [[קאַטעגאָריע:חסידישע ספרים - נ"ך און חמש מגילות]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 18:48, 27 נאוועמבער 2022
לקוטי מהרצ"א איז א ספר וואס איז ארויסגעגעבן געווארן פון די כתבים פון רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל, רב אין דינאוו באקאנט אלס דער "בני יששכר".
דער מחבר
רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ג (אומגעפער), און איז נפטר געווארן י"ח טבת ה'תר"א. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מ'האט אים גערופן רבי פסח יאווארניקער, זיין מוטער רחל מינא איז געווען א ניכטשע פון רבי אלימלך פון ליזשענסק. רבי הערש מיילך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט: דינאוו, ריבאטוטש, סטריזשעוו, לאנצהוט, קאלאמיי, האלאשיץ, בערטש, דזשילבערץ, דיבעצק, מונקאטש, נאכהער צוריק אין דינאוו.
רבי הערש מיילך האט געשריבן אסאך ספרים, אויסער דעם ספר לקוטי מהרצ"א איז נאך באקאנט: אגרא דכלה, אגרא דפרקא, אזהרות מהרצ"א, בני יששכר, ברכה משולשת, דברים נחמדים, דרך עדותיך, דרך פקודיך, הגהות והוספות מהרצ"א, הגהות מהרצ"א, הלכות ותקנות, והיה ברכה, חדושי בני יששכר, חדושי מהרצ"א, טעמי המצות, כלי הרואים, מגיד תעלומה, מעין גנים, נחל אמונים, סדר הקרבנות, רגל ישרה, ריח דודאים, תקנות תמכין דאורייתא.
אינהאלט
דער ספר לקוטי מהרצ"א איז אויסגעקלובנע ווערטער און געדאנקען על התורה נ"ך און מגילת אסתר, פון די כתבים וואס זענען געווען ביי זיין אייניקל דער בוקאווסקער רב רבי מאיר יהודה שפירא, וואס זענען נאך נישט געדרוקט געווארן אין די אנדערע ספרים פון מחבר.
אויסגאבעס
- פרעמישלא תרמ"ה, דורך רבי אברהם ארום
אויסער די אויסגאבעס, איז דער ספר לקוטי מהרצ"א פארשידענע מאל ארויסגעגעבן געווארן, פאטאגראפירט פון אן אנדער אויסגאבע.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- בית עקד ספרים
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!