אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:כריין"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ק (Bot: Migrating 47 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q26545 (translate me)) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:21, 22 נאוועמבער 2022
כריין | ||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע | ||||||||||||||
| ||||||||||||||
בינאמינאלישער נאמען | ||||||||||||||
Armoracia rusticana P.G. Gaertn., B. Mey. & Scherb (1800) |
כרײן איז אַ מין פֿון גרינסן װאָס האָט אַ בײַסיקן טעם. דער כרײן איז אַ װאָרצל פֿון דער פֿלאַנץ Armoracia rusticana, װאָס געהערט צו דער פֿלאַנצן־משפּחה פֿון די צלם־בלומיקע (Brassicaceae).
מען טוט צערייבן דעם כריין צו מאכן א שאַרפן מאכל וואָס מען עסט אַלס צושפּייז צו פלייש אָדער געפילטע פיש. עס איז געמאלענע כריין מיט צוויקן, ס`האָט אַ רויטער קאָליר.
אין יידישקייט
כריין איז איינער פון די מינים וואס מ'קען ניצן פאר מרור פסח ביים סדר. צוליב דעם וואס אין די קאלטע אייראפעאישע לענדער איז שווער צו באקומען שאלאטן אויף מרור פסח צייט, האבן רוב יידן אנשטאט דעם גענוצט כריין פסח ביים סדר פאר מרור.