אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ישראל מיטלמאן"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:21, 22 נאוועמבער 2022
דער אַרטיקל איז א יתום, קיין אַרטיקל לינקט צו עס. איר זענט געלאדנט צו ביישטייערן צו המכלול און פארבינדן צו עס פון ארטיקלען וואס אנטהאלטן "ישראל מיטלמאן".
ישראל מיטלמאַן (אוקראיניש: Ізраїль (Ісроель) Мітельман; 1898 – 1951) איז געווען אַ ייִדישער סאָוועטישער ביבליִאָגראַף, אַ מומחה אויף שלום-עליכמס שאַפונג.
לעבנסגעשיכטע
ישראל מיטעלמאַן איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל סאַטאַנאָוו פון דער פּאָדאָלער גובערניע, רוסלענדישער אימפּעריע (איצט – אינעם באַשטאַנד פונעם האָראָדאָקער ראַיאָן פון דער כמעלניצקער געגנט, אוקראַיִנע). אין אָנהייב 1941 האָט ער צוזאַמען מיט כאַצקל נאַדעלן אַרויסגעגעבן אינעם פאַרלאַג "דער אמת" אַ באַנד "אויסגעקליבענע בריוו" פון שלום-עליכמען. מאַטעריאַלן פאַר דעם באַנד האָבן זיי צונויפגעקליבן סײַ אינעם ראַטנפאַרבאַנד סײַ אין אויסלאַנד.