אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי ישעיה נפתלי הירץ שפירא"
(קאטעגאריע סארטירן) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:20, 22 נאוועמבער 2022
רבי ישעיה נפתלי הירץ שפירא זצ"ל (ה'תקצ"ח - ד' סיון ה'תרמ"ה), רב אין דינאוו.
אפשטאם
רבי ישעיה נפתלי איז געבוירן אין יאר ה'תקצ"ח (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב דויד שפירא, רב אין דינאוו, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת רחל מינא.
רבנות
נאך זיין פאטערס פטירה אין יאר ה'תרל"ד איז רבי ישעיה נפתלי געווארן רב און רבי אין דינאוו אויף זיין פאטער'ס ארט. ער איז געווען זייער אן אנגעשוואכטער מענטש, דאך האט ער זיך מיטגעטיילט מיט יעדן איינעמס פראבלעמען. רבי ישעיה נפתלי פלעגט דאווענען מיט שטארקע געשרייען און מיט א פלאם פייער. ווען רבי ישעיה נפתלי איז געווען ביים צאנזער רב האט דער צאנזער רב געזאגט פאר זיינע קינדער זיי זאלן קוקן אויף רבי ישעיה נפתלי, מ'קען פון אים שעפן יראת שמים.
הסתלקות
רבי ישעיה נפתלי איז נפטר געווארן יונגערהייט ד' סיון ה'תרמ"ה. ביי חסידים האט מען געזאגט אז זיינע קישקעס זענען פארברענט געווארן פון זיין גרויסן ברען. זיין ברודער דער בלאזשאווער רב האט געזאגט ווען רבי ישעיה נפתלי וואלט געהאט קעגנערס אזוי ווי ביי אים וואלט ער לענגער געלעבט.
פאמיליע
רבי ישעיה נפתלי האט געהייראט מרת אדל רבקה, א טאכטער פון זיין פעטער (זיין פאטער'ס ברודער) הרב אלעזר שפירא פון לאנצהוט, זייערע קינדער:
- מרת חנה מינדל ( - כ"ו סיון ה'תרצ"ד), די ווייב פון הרב יוסף שפירא (ה'תר"ך (אומגעפער) - י"ז אדר א' ה'תרצ"ב), ממלא מקום פון שווער, רב אין דינאוו, א זון פון איר פעטער (איר מוטער'ס ברודער) הרב צבי אלימלך שפירא, רב אין בערטש.
- מרת נחמה טילא, די ווייב פון הרב נחמיה שפירא (ה'תרל"ד - ה'תש"ב), א זון פון הרב משה יהודה ליב שפירא, רב אין סטריזשעוו, א זון פון איר פעטער (איר מוטער'ס ברודער) הרב שלמה שפירא רב אין מונקאטש, דער שם שלמה.
זיינע ספרים
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר