אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יצחק ניבארסקי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 12:20, 22 נאוועמבער 2022

 

יצחק ניבארסקי (שפּאַניש: Isidoro Niborski; געב׳ 1947) איז א פארשער און לעקסיקאגראף פון דער יידיש שפראך און א פראפעסאר אין פאריז.

ביאגראפיע

ניבארסקי איז געבוירן געווארן אין בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע, אין 1947, א בן־זקונים צו זיינע עלטערן וואס האבן עמיגרירט פון כארזשל, פוילן. זיך געלערנט אין אַ ייִדיש־וועלטלעכער שול. דעביוטירט מיט לידער אויף ייִדיש אין 1964 אויף די זײַטן פֿון "יונגער דור". אין 1979 האָט ער עמיגרירט מיט זײַן משפּחה אין פֿראַנקרײַך. אין 1992 האָט ער געקראָגן דאָקטאָראַט אין אוניווערסיטעט פּאַריז 7. אין 1997 איז אין פּאַריז דערשינען זײַן זאַמלונג פֿון לידער און פּראָזע "ווי פֿון אַ פּוסטן פֿאַס". ייִדיש־לעקטאָר פֿונעם פֿראַנצייזישן מלוכה־אינסטיטוט פֿאַר מיזרחדיקע שפּראַכן און קולטורן. מחבר פֿונעם ייִדיש־שפּאַנישן ווערטערבוך (צוזאַמען מיט יעקבֿ לערמאַן, בוענאָס־אײַרעס, 1979); ווערטערבוך פֿון לשון־קודש־שטאַמיקע ווערטער אין ייִדיש (דערשינען דרײַ אויפֿלאַגעס: פּאַריז 1997, 1999 און 2012); ייִדיש־פֿראַנצייזישן ווערטערבוך (צוזאַמען מיט בערל ווײַסבראָט און שמעון נויבערג, פּאַריז, 2002). קולטור־טוער בײַם פּאַריזער ייִדיש־צענטער – מעדעם־ביבליאָטעק. וווינט אין פּאַריז.  מוסטער:ייד-ביא-שטומף