אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יעקב יצחק אונגער"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 10:51, 22 נאוועמבער 2022
רבי יעקב יצחק אונגאר זצ"ל (ה'תקצ"ח – ה'תרנ"ב), רב אין זשאבנא.
אפשטאם
רבי יעקב איטשע איז געבוירן און יאר ה'תקצ"ח, צו זיין פאטער הרב ישראל אלימלך אונגאר, רב אין זשאבנא, א זון פון הרב יוסף אונגאר, רב אין דאמבראווא, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר, רב אין דאמבראווא. און צו זיין מוטער מרת מאטיל א טאכטער פון הרב יחיאל קאריצער, א זון פון הרב שמואל קאריצער, אן איידעם פון חוזה פון לובלין.
רבנות
רבי יעקב איטשע איז געווען דער ממלא מקום פון פאטער, רב אין זשאבנא.
הסתלקות
רבי יעקב איטשע איז נפטר געווארן אין יאר ה'תרנ"ב.
פאמיליע
רבי יעקב איטשע האט געהייראט מרת חנה א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם. זייערע קינדער:
- הרב שלום דוד אונגאר (ה'תר"ך – ב' דראש חודש אלול ה'תרפ"ג), ממלא מקום פון פאטער, רב אין זשאבנא. ער האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב מנחם מענדל שפירא, רב אין לאנצהוט. בזיווג שני האט ער געהייראט מרת בלומה חנה א טאכטער פון הרב משה הורוויץ רב אין ראזוואדאוו.
- הרב יהודה אונגאר (ה'תרכ"ב (אומגעפער) – י"ז סיון ה'תרצ"ט), רב אין סאקאלאוו.
- הרב חיים אליעזר אונגאר (ה'תרכ"ה (אומגעפער) – ה'תר"ף), , פון ראדלוב. ער האט געהייראט מרת שפרינצא א טאכטער פון הרב נפתלי הורוויץ, רב אין מעליץ.
- הרב ישראל יוסף אונגאר, פון טארנא (ה'תרכ"ח – א' דראש חודש תמוז ה'תש"ב). ער האט געהייראט מרת ברכה א טאכטער פון הרב ראובן הורוויץ, רב אין דעמביץ.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר