אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יעקב הורוויץ (מעליץ)"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
(זיי מבטל רי-ווערסיע 541495 פון 109.65.54.100 (רעדן)) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 10:51, 22 נאוועמבער 2022
רבי יעקב הורוויץ זצ"ל (ה'תקנ"ב - י"ט טבת ה'תקצ"ט), רב אין מעליץ.
אפשטאם
רבי יענקלי איז געבוירן אין יאר ה'תקנ"ב (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב, א זון פון מנחם מענדל ראַבין, רב אין לינסק באקאנט אלס רבי מענדעלע לינסקער. און צו זיין מוטער מרת רבקה א טאכטער פון הנגיד הרב צבי הירש גאלדהאמער פון דוקלא.
רבנות
אין יאר ה'תקס"ד (אומגעפער), האט זיין פאטער אריינגעזעצט רבי יענקלי אלס רב אין קאלבאסאוו, די איינוואוינער האבען אים זייער שטארק געשעצט, אין יאר ה'תק"ע ווען מען האט אויפגענומען רבי יענקלי אלס רב אין מעליץ, האט מען אים נישט געוואלט אוועק לאזן פון שטאט, האט ער זיך געמוזט ארויס כאפן אין מיטן פון דער נאכט.
הסתלקות
רבי יענקלי איז נפטר י"ט טבת ה'תקצ"ט.
פאמיליע
רבי יענקלי האט געהייראט א טאכטער פון הרב אברהם מרדכי פון פינטשאוו. זייערע קינדער:
- הרב יהודה הורוויץ (ה'תק"ף - ט' טבת ה'תרל"ט), ממלא מקום פון פאטער, רב אין מעליץ.
- הרב חנינא הורוויץ (ה'תקפ"ב (אומגעפער) - ב' חשוון ה'תרמ"ב), רב אין אוליאנאוו.
- הרב אברהם הורוויץ (ה'תקפ"ג - א' ר"ח אדר ה'תרס"ה), רב אין שענדישאוו.
- די ווייב פון הרב אלעזר האפשטיין ( - כ"ו כסלו ה'תרכ"ב), רבי אין קאזשניץ, א זון פון הרב משה אליקים בריעה האפשטיין, מגיד אין קאזשניץ.
- די ווייב פון הרב אברהם אביש פרענקל פון וויעליפאלי.
- די ווייב פון הרב יהושע העשיל, רב אין אלפין.
- די ווייב פון הרב נפתלי אונגאר, רב אין זשאבנא.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר