אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי בצלאל ראקאוו"
אין תקציר עריכה |
קאין תקציר עריכה |
||
שורה 23: | שורה 23: | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[HE:רבי בצלאל ראקוב]] | [[HE:רבי בצלאל ראקוב]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 13:48, 16 דעצעמבער 2024
הרב בצלאל ראַקאוו (י"ג אייר ה'תרפ"ז, – כ' תמוז, ה'תשס"ג) איז געווען דער שטאטס רב אין געיטסהעד. ער איז געווען איינער פון די פירער פון אגודת ישראל אין גרויסבריטאניע.
הרב ראקאוו איז געבוירן געווארן אין פראנקפורט, דייטשלאנד אין א רבנישער משפחה, אן אייניקל פון הרב יום טוב ליפמאן העלער, דער "תוספות יום טוב". זיין פאטער, רבי יום טוב ליפמאן ראקאוו, איז געווען א תלמיד פון דער וואלאזשינער ישיבה און א ראש ישיבה אין פראנקפורט. אין תרצ"ט, מיט די רדיפות פון אידן אין דייטשלאנד, האט ער מיט זיינע טאטע־מאמע און זיין ברודער בנציון באקומען אזילרעכט אין ענגלאנד, און זיי האבן זיך באזעצט אין לאנדאן.
ביי די 18 יאר האט מען אים אריינגענומען אין געיטסהעד כולל, וואו מ'האט געהאלטן פון אים ווי א חשובער תלמיד חכם, און ער האט באקומען היתר הוראה. אין תש"ח האט ער חתונה געהאט מיט מרים, טאכטער פון הרב נפתלי שאקאוויצקי, דער געיטסהעדער רב. דאס פארפאלק האט זיך געצויגן קיין מאנטרע, שווייץ, וואו ער איז געווארן א מגיד שיעור אין דער ישיבה. נאך זיין שווער'ס פטירה אין תשכ"ד האט די געיטסהעדער קהילה גערופן אים אויפנעמען זיין שווער'ס אמט. דארט אין געיטסהעד איז ער געווארן פון די מנהיגים פון דעם ציבור.
נאך זיין פטירה אין תשס"ג האט מען אים געפירט צו קבורה אין הר המנוחות.
פריערדיגער: הרב נפתלי שאקאוויצקי |
אב"ד געיטסהעד תשכ"ד - תשס"ג |
נאָכפאלגער: הרב שרגא פייוול זימערמאן |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!