אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי שמעיה גרינבוים"
ק (←ביאגראפיע) |
(←הרבצת התורה: הוספה) |
||
שורה 29: | שורה 29: | ||
אין יאר תשל"ב האט ער אנגעהויבן ארויסגעבן די פירוש סייעתא דשמיא אויף מסכתות [[משניות]], וואס איז געווארן שטארק אויפגעכאפט און ווערט געלערנט בכל תפוצות ישראל. נאכ'ן איבערלעבן א טראגישע שריפה אין [[ו' חוקת]] [[תשל"ד]]{{הערה|הקדמה למשניות ע"פ סייעתא דשמיא, מס' סוכה}}, האט ער גענומען אויף זיך צו זיך אריינלייגן מער אין ארויסגעבן די משניות{{הערה|{{אידיש24|נייעס אינטערוויו|109082|אינטערוויו: "וּפְתַח לָנוּ ה' אֱלֹקינוּ אַב הָרַחֲמִים... שַׁעֲרֵי סִיַּעְתָּא דִשְׁמַיָּא", צום פטירה פון הגה"צ רבי שמעיה גרינבוים זצ"ל בעל סייעתא דשמיא, וויאזוי אלעס האט זיך אנגעהויבן ארויסצוגעבן די סעריע משניות סייעתא דשמיא, פון די ווייכע ווייסע דעקלעך ביז די תורה אימפעריע, די נאנטע קשר מיטן גאון זצ"ל ארבייטענדיג אינאיינעם האנט-ביי-האנט, "איך האב פארלוירן מיין רבי"}}}}. | אין יאר תשל"ב האט ער אנגעהויבן ארויסגעבן די פירוש סייעתא דשמיא אויף מסכתות [[משניות]], וואס איז געווארן שטארק אויפגעכאפט און ווערט געלערנט בכל תפוצות ישראל. נאכ'ן איבערלעבן א טראגישע שריפה אין [[ו' חוקת]] [[תשל"ד]]{{הערה|הקדמה למשניות ע"פ סייעתא דשמיא, מס' סוכה}}, האט ער גענומען אויף זיך צו זיך אריינלייגן מער אין ארויסגעבן די משניות{{הערה|{{אידיש24|נייעס אינטערוויו|109082|אינטערוויו: "וּפְתַח לָנוּ ה' אֱלֹקינוּ אַב הָרַחֲמִים... שַׁעֲרֵי סִיַּעְתָּא דִשְׁמַיָּא", צום פטירה פון הגה"צ רבי שמעיה גרינבוים זצ"ל בעל סייעתא דשמיא, וויאזוי אלעס האט זיך אנגעהויבן ארויסצוגעבן די סעריע משניות סייעתא דשמיא, פון די ווייכע ווייסע דעקלעך ביז די תורה אימפעריע, די נאנטע קשר מיטן גאון זצ"ל ארבייטענדיג אינאיינעם האנט-ביי-האנט, "איך האב פארלוירן מיין רבי"}}}}. | ||
סוף תשל"ז האט ער געעפנט די חברה לומדי ש"ס שע"י קהל יטב לב ד'סאטמאר, וואו די חברי החבורה האבן יעדן חודש מסיים געווען ש"ס. | |||
תשנ"ו האט ער ארויסעגעבן א ספר "בירור דברים" קעגן דאס זיך באטייליגן ביי די [[בחירות]] אין [[מדינת ישראל]]. | תשנ"ו האט ער ארויסעגעבן א ספר "בירור דברים" קעגן דאס זיך באטייליגן ביי די [[בחירות]] אין [[מדינת ישראל]]. |
רעוויזיע פון 23:08, 16 יולי 2024
רבי שמעיה גרינבוים איז געווען א תלמיד חכם און מרביץ תורה אין וויליאמסבורג, און פון די באוואוסטע פרומע גרויסע מחברים פון ספרים אין דער היינטיגער תקופה.
טעקע:רבי שמעי גרינבוים.png | |
געבורט |
ה'תש"ז פאריז |
---|---|
פטירה | ל' סיון ה'תשפ"ד (אלט: 77 בערך) |
מדינה | אמעריקא |
קבורה ארט | קרית יואל |
וואוינארט | וויליאמסבורג |
באשעפטיגונג | מרביץ תורה, מחבר פון די ספרים "סיעתא דשמיא" אויף משניות און נאך |
ביאגראפיע
רבי שמעיה איז געבוירן אין יאר תש"ז פאריז צו רבי יודא ארי' גרינבוים, און חנה בת רבי שמעיה גרינפעלד, אלס קינד האט ער געלערנט אין דער ליובאוויטשער ישיבה אין פאריז. שפעטער אין יאר תשי"ח איז ער אנגעקומען קיין אמעריקא, וואו ער איז געווען פון די ערשטע תלמידים פון סאטמארער תלמוד תורה אין קראון הייטס[1].
אלס בחור האט ער געלערנט אין סאטמארער ישיבה, און איז געווען א נאנטער תלמיד פון סאטמארער רבי, רבי יואל טייטלבוים. ער האט חתונה געהאט צו א טאכטער פון רבי ישראל אלטר הכהן וויינשטאק.
ער איז נפטר געווארן שב"ק פר' קרח, אדר"ח תמוז ה'תשפ"ד.
הרבצת התורה
תיכף נאך זיין חתונה האט ער אנגעהויבן פארלערנען שיעורי תורה אין סאטמאר בית המדרש, וואס איז געווארן מער פארברייטערט, ער האט פארגעלערנט שיעורים אויף ש"ס, אויף די פרשה, און א באזונדערע שיעור אויף נ"ך. זיינע שיעורים זענען געווען אויסגערופן מיט א געוואלדיגע קלארקייט און געשמאק[2].
ער איז געווען א דיין פון התאחדות הרבנים, און אין לפידות באנגלאו קאלאני.
אין יאר תש"ל, האט ער ארויסגעגעבן זיינע חידושים אויף מסכת שבת, און מסכת סוכה. און ער האט ארויסגעגעבן ספרים פון ראשונים וואס ער האט אויפגעזעצט און מגיה געווען[3].
אין יאר תשל"ב האט ער אנגעהויבן ארויסגעבן די פירוש סייעתא דשמיא אויף מסכתות משניות, וואס איז געווארן שטארק אויפגעכאפט און ווערט געלערנט בכל תפוצות ישראל. נאכ'ן איבערלעבן א טראגישע שריפה אין ו' חוקת תשל"ד[4], האט ער גענומען אויף זיך צו זיך אריינלייגן מער אין ארויסגעבן די משניות[5].
סוף תשל"ז האט ער געעפנט די חברה לומדי ש"ס שע"י קהל יטב לב ד'סאטמאר, וואו די חברי החבורה האבן יעדן חודש מסיים געווען ש"ס.
תשנ"ו האט ער ארויסעגעבן א ספר "בירור דברים" קעגן דאס זיך באטייליגן ביי די בחירות אין מדינת ישראל.
נאך די הסתלקות פון רבי משה טייטלבוים פון סאטמאר, האט ער זיך געהאלטן נוטראל, און נישט גענומען קיין שטעלונג איבער די הנגהגת האדמורות. טראץ וואס ער האט ווייטער פארגעלערנט די שיעורים אין בית המדרש אויף ראדני סטריט פון רבי זלמן לייב און האט זיך באטייליגט ביי פילע מעמדים פון די קהילה, האט ער אויך געבעבן שיעורים ביי די בתי מדרשים פון די קהילה פון רבי אהרן, און האט זיך משתתף געווען ביי די מעמדים.
די לעצטערע חדשים פון זיין לעבן איז ער געווען נישט געזונט, און ער איז נפטר געווארן שב"ק פר' קרח, אדר"ח תמוז ה'תשפ"ד. זונטאג דערויף איז פארגעקומט זיין לוויה אין סאטמאר בית המדרש אויף ראדני סט. אין וויליאמסבורג, דערנאך אין קאנטרי לפידות, און פארנט פון בית המדרש הגדול אין קרית יואל, מיט הספדים טראץ ראש חודש, צווישן אנדערע האבן מספיד געווען די צוויי סאטמארער רבי'ס, רבי משה שטערנבוך, און רבי אליקים שלעזינגער. ער איז געקומען לקבורה אין בית החיים אין קרית יואל, סמוך ונראה צום ציון פון סאטמארער רבי רבי יואל טייטלבוים.
זיינע ספרים
- פירוש סייעתא דשמיא אויף רוב מסכתות פון משניות
- חומש עם פירוש סייעתא דשמיא - שמות, אויף אוצר החכמה
- סייעתא דשמיא אויף מסכת שבת, ירושלים, תש"ל; אויף מסכת סוכה, ירושלים, תשל"ב; און אויף מסכת ביצה, ירושלים, תשמ"ד
- בירור דברים, ירושלים: מחלקת ההסברה שע"י היהדות החרדית בארה"ק, תשנ"ו, אויף אוצר החכמה
- שיעורי סייעתא דשמיא על סדר מלכיות זכרונות שופרות - אידיש, ברוקלין נ"י, תשפ"א
משפחה
- זיין זון רבי מענדל הערש, רב פון בית המדרש הגדול אין לאוער איסט סייד, איידעם פון רבי אפרים אשרי.
- זיין איידעם רבי אהרן צבי ראזענבוים רב פון קהילת נאנאש אין ויליאמסבורג, אייניקל פון רבי יצחק אייזיק ראזענבוים פון זוטשקא.
- זיין איידעם רבי שלום יוסף חיים פריעד אב"ד קראסנא אין בארא פארק, אייניקל פון רבי הלל ליכטנשטיין פון קראסנא.
- זיין איידעם רבי אליהו פאדווא, זון פון רבי משה חיים אפרים פאדווא רב התאחדות קהלות החרדים אין לאנדאן.
צו ליינען מער
- "בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל מח"ס סיעתא דשמיא פירוש על משניות", אשכול אויף אייוועלט
- תורה חגרי שק: הגה"צ חו"פ רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל בעל "סייעתא דשמיא" נפטר געווארן, אויף דער איד טעגליך
- בילדער גאלעריע, אויף וויליאמסבורג 365 וועבזייטל
דרויסנדיגע לינקס
- שיעורי הרב שמעיה גרינבוים אויף "קול הלשון".
- רבי שמעיה גרינבוים, משניות עם פירוש סייעתא דשמיא פיר בענדער, אויף אוצר החכמה
רעפערענצן
- ↑ "אינטערוויו: "זָכַרְתִּי לָךְ חֶסֶד נְעוּרַיִךְ", יוגענט זכרונות צום פטירה פון הגה"צ רבי שמעיה גרינבוים זצ"ל בעל סייעתא דשמיא, "איך געדענק נאך ווען ער איז אנגעקומען א יונגעלע פון פראנקרייך"", נייעס אינטערוויו, אויף אידיש24
- ↑ "אינטערוויו: "הרבצת התורה", צום פטירה פון הגה"צ רבי שמעיה גרינבוים זצ"ל בעל סייעתא דשמיא, הערט א שמועס מיטן מסדר פון זיינע לאנגיעריגע שיעורי תורה, ווי אזוי דער גאון וחסיד האט געצויגן צו זיך פילע מקשיבי השיעור אין חומש רש"י, נ"ך, הגדה של פסח, און פיל נאך, "תורה היא וללמוד אני צריך"", נייעס אינטערוויו, אויף אידיש24
- ↑ סייעתא דשמיא - תלמיד הרשב"א ביצה, הקדמת המחבר
- ↑ הקדמה למשניות ע"פ סייעתא דשמיא, מס' סוכה
- ↑ "אינטערוויו: "וּפְתַח לָנוּ ה' אֱלֹקינוּ אַב הָרַחֲמִים... שַׁעֲרֵי סִיַּעְתָּא דִשְׁמַיָּא", צום פטירה פון הגה"צ רבי שמעיה גרינבוים זצ"ל בעל סייעתא דשמיא, וויאזוי אלעס האט זיך אנגעהויבן ארויסצוגעבן די סעריע משניות סייעתא דשמיא, פון די ווייכע ווייסע דעקלעך ביז די תורה אימפעריע, די נאנטע קשר מיטן גאון זצ"ל ארבייטענדיג אינאיינעם האנט-ביי-האנט, "איך האב פארלוירן מיין רבי"", נייעס אינטערוויו, אויף אידיש24