אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:רבי אליעזר צבי טויב"
לערנט (שמועס | ביישטייערונגען) אין תקציר עריכה צייכנס: וויזועלע רעדאגירונג גרשיים שגויים |
לערנט (שמועס | ביישטייערונגען) (קאט') |
||
שורה 57: | שורה 57: | ||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== | ||
{{רעפערענצן}} | {{רעפערענצן}} | ||
[[קאַטעגאָריע:טויב פאמיליע]] | |||
[[קאַטעגאָריע:סאפרין פאמיליע]] | |||
[[קאַטעגאָריע:קירוב]] | |||
[[קאַטעגאָריע:קאלוב]] | |||
[[קאַטעגאָריע:ביתר עילית]] |
רעוויזיע פון 09:30, 10 יולי 2024
הרב אליעזר צבי טויב (כ"ב תשרי תשכ"ג) איז דער קאלובער רב אין ארץ ישראל און דער עלסטער זון פון רבי משה טויב קאלובער רבי. ער איז באקאנט מיט זיינע אקטיוויטעטן אין קירוב רחוקים[1][2][3][4] און האט לענגערע יארן געדינט אלס א מגיד שיעור אין ישיבת תולדות אברהם יצחק אין ירושלים.
ביאגראפיע
הרב אליעזר צבי איז געבוירן אין שטאט לאנדאן צו זיין טאטע רבי משה טויב און צו זיין מאמע יוכבד, טאכטער פון רבי לוי יצחק קליגהויפט פון סטרעליסק לאנדאן, אן אייניקל פון רבי אורי פון סטרעליסק. ביים ברית איז ער גערופן געווארן 'אליעזר צבי' נאך זיין זיידן רבי אליעזר צבי סאפרין פון קאמארנא.
ער האט געלערנט אין תלמוד תורה 'מתיבתא' און שפעטער אין ישיבה קטנה 'סאטמאר' אין לאנדאן. אין יאר תשל"א זייענדיג 8 יאר איז ער געפארן קיין אמעריקע צו זיין זיידן דער אלטער קאלובער רבי רבי מנחם שלמה טויב און ער האט דארטן געוויילט פאר א גאנצע יאר, און אריינגעזאפט יראת שמים פונעם גרויסן זיידן, אלס בחור איז ער געשלאפן מיטן זיידן אין צימער און אים באדינט[5].
אין יאר תשל"ח ווען דער קאלובער רבי איז אוועק איז זיין טאטע מיט די פאמיליע זיך אריבערגעצויגן קיין אמעריקע און זיך אוועק געזעצט אין וויליאמסבורג, וואו דער טאטע האט אנגעפירט די קאלובער בית מדרש אויף יוז סטריט.
הרב אליעזר צבי איז אריין לערנען אין ישיבת 'שערי יושר' אין בארא פארק וואו ער האט גענאסן א קרבה יתירה ביים ראש ישיבה רבי אברהם יוסף ראזענבלום, שפעטער האט ער געלערנט אין ישיבת 'ישרש יעקב' ביי רבי יצחק לעבאוויטש וואדריטש'ער רב.
ער האט זיך אסאך געדרייט ביים סאטמאר רבי'ן רבי יואל טייטלבוים, ער פלעגט קומען הערן די 'שובבי"ם תורות' נאך אלס יונג בחור, צוזאמען מיט זיין טאטע. אזוי אויך איז ער געפארן קיין קריית יואל אויף דעם לעצטן יום טוב שבועות בחייו פונעם רבי'ן זי"ע. ער האט זיך געווייקט ביי רבי מעכיל לעבאוויטש פון ניקלשבורג, און זיך באטיילוגט ביי זיינע חבורות.
ט"ו אב האט ער חתונה געהאט מיט מירל בריינא פערל, עלסטע טאכטער פון רבי שמואל יעקב קאהן. נאך זיין חתונה האט ער געלערנט אין כולל שומרי החומות און שפעטער ביים כולל פון רבי חיים ברים.
ער האט געלערנט הוראה ביי רבי מאיר בראנדסדארפער חבר הבד"ץ פון די עדה החרדית און רב פון תולדות אברהם יצחק.
אין יאר תשס"א ווען עס האט זיך געגרינדעט ישיבת תולדות אברהם יצחק איז ער אופגענומען אלס א מגיד שיעור עיון אין ישיבה[6], ער האט דארטן געדונט ביז שנת תשע"ח.
ער האט געלערנט קבלה מיט רבי אברהם יוראוויטש א תולדות אהרן חסיד.
אין יאר תשס"א האט ער ארויסגעגעבן דעם ספר הקדוש 'עת רצון' פון זיין זיידן רבי משה טויב פון קאלוב[7].
אין יאר תשס"ה איז געבויט געווארן די בית מדרש 'עת רצון' קאלוב אין די גבעה A געגנט אין שטאט ביתר עילית[8] און אין יאר תשע"ג האט אים זיין טאטע מכתיר געווען אלס רב פון די בית מדרש, אין יאר תשע"ו האט ער זיך אריבערגעצויגן פון ירושלים קיין ביתר.
אין יאר תשע"ד ווען זיין טאטע איז ליידער קראנק געווארן געווארן מיט א מחלה וואס האט אים פאראליזירט, און ער קען נאר רירן די שווארצאפלען. האט ער זיך אריינגעלייגט אין די פעלד פון קירוב רחוקים אינערהאלב די 'אור עולם' ארגאנעזאציע[9] (פארדעם האט געהייסן: 'אור לתפוצות')[10][11] און ער רעכטאפ מסעות חיזוק[12], ער איז מקפיד נישט צו נעמען קיין געלט אויף זיין ארבעט[13].
די קאלובער בית מדרש ערהאלט אין זיך א בית מדרש, שטיבלעך, א מקווה טהרה, א כולל און חבורות פאר יונגעלייט און בחורים[14][15].
פאמיליע
זון
- הרב מנחם שלמה, ראש כולל 'עמודי הוראה' קאלוב, אין ראש כולל ביאלא אין בני ברק, ער איז חתונה געהאט צו טאבע טאכטער פון הרב יעקב מנחם ראבינאוויטש פון ביאלא בני ברק.
- אברהם יצחק פון מאנסי, חתונה געהאט צו שרה טאכטער פון הרב אברהם יחזקאל פריעדמאן א מקובל און קאמאדא רב פון מאנסי.
טעכטער
- סימא, פרוי פון הרב יואל טייטלבוים, זון פון הרב יוסף טייטלבוים נעפלעמיצער רב פון בארא פארק, איידעם פון רבי ישראל אברהם שטיין פון פאלטישאן.
- אסתר רבקה, פרוי פון הרב יצחק אייזיק הלוי וואזנער, מגיד שיעור אין ישיבת קאליש אין פלעטבוש, זון פון הרב מרדכי זאב וואזנער אב"ד מחזה אברהם בארא פארק און ראש ישיבה לצעירים סאטמאר אין וויליאמסבורג, זון פון רבי חיים מאיר וואזנער און איידעם פון רבי חיים אלעזר פריעדמאן גאב"ד טענקא.
- פרומט גליקל, פרוי פון הרב מרדכי איתמר שפירא משפיע אין ישיבת זוועהיל אין ירושלים, זון פון הרב זלמן, ראש הכוללים פון נאראל אין בני ברק, זון פון רבי דוב בעריש שפירא פון נאראל און איידעם פון רבי יעקב ישכר בער ראזענבוים פון נדבורנא בני ברק.
- מלכה, פרוי פון הרב יחיאל יהושע קארנרייך, זון פון שידלובצא.
- הינדא טשיפא, פרוי פון הרב יהודה לעמבערגער, זון פון רבי אברהם יחיאל לעמבערגער מאקאווא רב פון בני ברק.
- דינה איטה, פרוי פון הרב שלמה בראנדסדארפער, זון פון הרב יוסף קדיש בראנדסדארפער רב פון קהל חסידים אין טבריא, זון פון רבי מאיר בראנדסדארפער בעל קנה בשם.
- גיטל, פרוי פון הרב אברהם אליעזר לעמבערגער, זון פון הרב שלמה זלמן, מאקאווא רב פון נתניה זון פון רבי אשר אנשיל לעמבערגער מאקאווא רב פון אלעד.
- עטל רחל, פרוי פון הרב יעקב מאיר רובינשטיין זון פון הרב חיים יהודה רב פון קהל חסידים אין רמה ד' בית שמש, זון פון רבי אלטער אליהו רובינשטיין אנטווערפן'ער רב און איידעם פון הרב חיים צבי שפירא ראב"ד מחזיקי הדת בעלזא.
- יענטא, פרוי פון הרב אלעזר מנחם מענדיל וויינבערג, זון פון הרב יונה זאב וויינבערג א משפיע אין בני ברק, איידעם פון רבי שמואל צבי אלימלך ראזענפעלד פון קארלין לעלוב.
- רייזל, פרוי פון הרב משולם זושא טווערסקי, אייניקל פון הרב אברהם יהושע העשיל טווערסקי פון טשארנאביל.
- א בחור ישעיה, לענרט אין ישיבת עץ חיים באבוב אין בני ברק.
דרויסנדיגע לינקס
- בחצרות קאלוב, אויף יוטיוב.
- משה ויסברג, האדמו"ר משותק, בניו ממשיכים את דרכו - בחייו, אויף כיכר השבת.
- קאלובער רב אויף JDN.
- אב"ד קאלוב, אויף רדיו קול חי.
- אור עולם, אויף JDN.
- קאלובער רב קלאגט אויפן חרבן, אויף אקטואליק.
- קאלובע מוסדות אין ביתר.
רעפערענצן
- ↑ הרה"צ מקאלוב שיוצא מביתר לחזק את הפריפריה, אויף כל רגע
- ↑ ביקור מרומם של אב"ד קאלוב בתיכון 'המר' בבת ים, אויף JDN
- ↑ אב"ד קאלוב ביתר, בביקור חיזוק בבית שאן, אויף רדיו קול חי
- ↑ גלריה מקירוב רחוקים ברחובות, אויף רדיו קול חי
- ↑ {{{מחבר}}}, "גליון דורות, פרשת בא תשפ"ב, ראיון עם הרב טויב", בטאון העדה
- ↑ עיתון העדה, תשס"א, עמוד יד
- ↑ רבי משה טויב (הראשון), עת רצון וחקל תפוחין, ביתר עילית: מוסדות קאלוב בארה"ק, תשס"ז
- ↑ עיתון העדה, עמ' ג, חנוכת הבית לביהמ"ד קאלוב ביתר
- ↑ בנו הגדול של האדמו"ר מקאלוב ביקר במשרד הראשי של מפעל הקירוב העולמי 'אור עולם'
- ↑ אור לתפוצות (ע"ר) (עמותה) - מפתח התקציב
- ↑ ארגון קירוב רחוקים (קאלוב) - קווים מודיעין עילית
- ↑ אהבת ישראל: אב"ד קאלוב במסע חיזוק בפריפריה, אויף רדיו קול חי
- ↑ מ'קען זען ביי די מודעה דא
- ↑ הֵאָסְפוּ • ביתר עלית: כינוס לבחורי החבורות בחצה"ק קאלוב
- ↑ מעמד סיום ישיבת בין הזמנים בקאלוב, אויף רדיו קול חי