אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יהודה משי זהב"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 33: | שורה 33: | ||
[[קאַטעגאָריע:ירושאלמער]] | [[קאַטעגאָריע:ירושאלמער]] | ||
[[קאַטעגאָריע:לעבעדיגע מענטשן]] | [[קאַטעגאָריע:לעבעדיגע מענטשן]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 00:18, 25 נאוועמבער 2022
יהודה משי זהב (19טן יולי 1959 – 29סטן יוני 2022) איז געווען א חרדישער עסקן, גרינדער און געוועזענער פארזיצער פון דער זק"א ארגאניזאציע.
לעבנסגעשיכטע
משי זהב איז געבוירן געווארן אין ירושלים אין א ווארצלדיגער ירושלימער משפחה צו זיין פאטער, דער שריפטשטעלער מנחם מענדל משי זהב, און צו זיין מוטער מרת שרה זיסל, טאכטער פון הרב יוסף שיינבערגער, דער לעגענדארישן סעקרעטאר פון דער עדה החרדית. ער איז אויפגעוואקסן געווארן אין דער מאה שערים געגנט. אלס קינד איז ער ערצויגען געווארן אין דער עץ חיים תלמוד תורה, און נאכהער אין די ישיבות "תפארת ישראל", "אהל יעקב" און "תורה אור". צווישן די יארן 1983 און 1986, האט ער געלערנט אין דעם "עיר דוד" כולל.
געזעלשאפטליכע טעטיגקייט
אלס אן אקטיוויסט פון נטורי קרתא
אין זיין יוגנט, פלעגט ער אויספירן פילפאכע מחאה אקטיוויטעטן. זיין אקטיווקייט האט זיך אנגעהויבן זייענדיג אן אייניקל פון ר' יוסף שיינבערגער, דער דעמאלטסדיגער גענעראל פאר אלע עדה החרדית מערכות. משי זהב איז געווען באקאנט אלס גענעראל און אונטערנעמער פון אלע מערכות און קאמפן פון דער עדה החרדית און קנאים קעגן דעם ציונות אידיאל און אלעס וואס האט צו טוהן מיט איר רעגירונג און אירע מוסדות. צוליב דעם, האט ער באהויפטעט אז ער איז פארהאפטעט געווארן דורך דער ציוניסטישער פאליציי, נישט ווייניגער ווי 24 מאל.
משי זהב פלעגט אויך ארבעטן אלס רעדאקטאר פון דער וועכנטליכער צייטונג "העדה" - די עמטליכע צייטונג פון דער עדה החרדית. געמיינזאם מיט זיין ברודער צבי, האט ער פארעפענטליכט 7 ביכער וועלכע לייגן אראפ אין זיך די קאמפן פון דער חרדישער געמיינדע אין מדינת ישראל
ער פלעגט אויך אנפירן אלע פייניגונג מיטלען פון דער חרדישער משמרת הצניעות [מקור פארלאנגט] פון די אמאליגע צייטן אין ירושלים.
ער פלעגט אויך אנטייל נעמען אין די געוואלטיגע אקטיוויטעטן מיט נטורי קרתא ווען ירחמיאל ישראל יצחק דאמב, א חרדישער איד פון לאנדאן, וועלכער פלעגט געהערן צו דעם מער עקסטרעמיסטן שיכט פון נטורי קרתא (דער קאצענעלבויגן קרייז), פלעגט אנקומען קיין א"י איינמאל א יאר און אויפטרעטן קעגן פארשידענע רבנים, וואס זענען געווען לויט זיין שיטה "נישט גענוג" קנאים (אריינגערעכנט רבנים פון דער עדה החרדית און פון נטורי קרתא).
ער האט אנגעפירט אלע קאמפן קעגן בחירות און אלע קבלת פנים פאראנשטאלטונגען פאר די סאטמארער אדמורי"ם ווען זיי זענען געקומען טיילן געלט פאר די מוסדות החינוך וואס זענען זיך מתנזר פון אננעמען געלט פון דער ציוניסטישער רעגירונג.
לעצטנס האט ער געמוזט אויפגעבן די פירערשאפט פון זק"א וואס איז זייער א בכבודיגע ארגענעזאציע, און דאס איבערגעבן פאר זיין מחותן ר' דודי זילבערשלאג דאס צו פירן.
דער ווענדפונקט אין זיין לעבן און די ענדערונג פון זיין וועלט-אנשויונג
נאך דעם שוידערליכן טעראר-אנשלאג אויף ליניע 405 וואס האט פאסירט אום 6טן יולי 1989, דארט וואו האט ער דערלאנגט ערשטע הילף צו די פארלעצטע און באטראפנדע, נאכדעם אויפן וועג צוריק אהיים, איז ער אייגנטליך אנגעקומען צו א דרינגעניש, אז אויב אין די אויגן פון דעם פיינד זענען אלע איינארטיג, דעמאלטס האלט ער אויך אזוי. זייט דעמאלטס, ווען עס איז געווען א רעגלמעסיגע וועלע פון שרעקליכע טעראר אנשלאגן וואס האבן באטראפן ארץ ישראל, פלעגט ער אנקומען צוזאמען אינאיינעם מיט נאך וואלאנטירן צו די זעלבסטמארד-אנגריפן-ערטער, און באהאנדלען די לייכעס פון די אומגעקומענע, און נאכטרעגליך איז געגרינדעט געווארן די ארנגאניזאציע זק"א, וועמענס אנלייטער און פארזיצער איז משי זהב, און וואס איר ראשי תיבות באדייטן "אידענטיפיצירונג פון קאטאסטראפע אפפערן" (אויף העברעאיש: "זיהוי קורבנות אסון").
אין יאר תשס"ג ער איז איינגעלאדענט געווארן אין אויפטראג פון דער ציוניסטישער רעגירונג אנצוצינדן א פאקל לכבוד דעם יום העצמאות (אומאפהענגיגקייט טאג) אין דער יערליכער עמטליכער צערעמאניע וואס קומט פאר אין דעם הערצל בארג אין ירושלים, ווען דער הויכפונקט פון דעם אוונט איז געווען ווען זיין דערקלערונג אין דער צערעמאניע אין פראנט פון טויזנטער אנוועזנדע "אין עהרע פון מדינת ישראל" האט סימבאליזירט דעם שארפן און אומגעהויערן ווענדפונקט אין זיין לעבן. אלס פארזיצער פון זק"א ער באשעפטיגט זיך אויך און פועל'ט צו דערנענטערן און שלום מאכן צווישן פרייע און פרומע אידן.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!