אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אלכסנדר בעלאוסאוו"
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:אלכסנדר בעלאוסאוו צו רוי:אלכסנדר בעלאוסאוו אן לאזן א ווייטערפירונג) |
(החלפות (וו, תל אביב)) |
||
שורה 13: | שורה 13: | ||
| פטירה ארט = [[מעלה אדומים]], [[מדינת ישראל]] | | פטירה ארט = [[מעלה אדומים]], [[מדינת ישראל]] | ||
}} | }} | ||
'''אלכסנדר בעלאוסאוו''' (איידער אויסוואנדערונג: '''אַלעקסאַנדער | '''אלכסנדר בעלאוסאוו''' (איידער אויסוואנדערונג: '''אַלעקסאַנדער בעלאָוסאָוו''', [[רוסיש]]: '''Александр Белоусов'''; {{ר}} [[מאי 24]], [[1948]] - [[יאנואר 27]], [[2004]]) איז געווען א [[יידיש]]-שפראכיגער [[איבערזעצער]], [[דיכטער]] און [[זשורנאליסט]], א [[רוס]] לויט דער אפשטאם. | ||
==לעבנס-געשיכטע== | ==לעבנס-געשיכטע== | ||
ער איז געבוירן געווארן מאי 24, 1948, אין דער רוסישער שטאט קויבישעוו | ער איז געבוירן געווארן מאי 24, 1948, אין דער רוסישער שטאט קויבישעוו (יעצט – סאַמאַראַ) צו א רוסישע אינטעליגענטע משפחה. ערצויגן האבן אים זיינע זיידע-באבע. זיין זיידע, דער זשורנאליסט אלעקסיי קאמפאסאוו, איז געווען א מיטגליד פון דער רעדאקציע פון דער קויבישעווער צייטונג "סטאלינעץ" ביז מען האט אים ארעסטירט אין 1938. פון זיין זיידע, וואס האט גערעדט מיט אים [[פויליש]] און [[ענגליש]], האט אלכסנדר גע'ירש'נט פעאיגקייטן צו שפראכן. די ליבשאפט צו [[פאעזיע]] האט ער גע'ירש'נט פון זיין באבען, וואס האט אים געליינט לידער פון די גרעסטע רוסישע דיכטער. | ||
ביי די צוועלף יאר האָט אלכסנדר זיך באקענט מיט [[תנ"ך]] אין דער רוסישער איבערזעצונג. ער איז אזוי נתפעל געווארן פון דעם ספר, אז ער האט באשלאסן זיך אויסלערנען די שפראך פון דעם אריגינעל – [[לשון קודש]]. דער יונגער רוס איז אנגעקומען צו א איד, דוד לאָקשין, מיט וועמענ'ס הילף ער האט זיך געלערנט לשון-קודש. ביי אים אין שטוב האט ער געהערט [[אידיש]]. ער האט זיך פארליבט אין דער שפראך און זיך איר אויסגעלערנט זייענדיג דרייצן יאר אלט. | ביי די צוועלף יאר האָט אלכסנדר זיך באקענט מיט [[תנ"ך]] אין דער רוסישער איבערזעצונג. ער איז אזוי נתפעל געווארן פון דעם ספר, אז ער האט באשלאסן זיך אויסלערנען די שפראך פון דעם אריגינעל – [[לשון קודש]]. דער יונגער רוס איז אנגעקומען צו א איד, דוד לאָקשין, מיט וועמענ'ס הילף ער האט זיך געלערנט לשון-קודש. ביי אים אין שטוב האט ער געהערט [[אידיש]]. ער האט זיך פארליבט אין דער שפראך און זיך איר אויסגעלערנט זייענדיג דרייצן יאר אלט. | ||
שורה 27: | שורה 27: | ||
אין די שפעטע 1980ער יארן איז ער געווען איינער פון די גרינדער פון דער סאמארער געזעלשאפט פאר אידישער קולטור "תרבות לעם". א געוויסע צייט איז ער געווען אן [[עברית]] לערער. אין דעם 25סטן דעצעמבער 1990 איז דער דיכטער [[עלייה|ארויף]] קיין [[מדינת ישראל]] - צוזאמען מיט זיין ווייב ראזע (א [[איד]]ישע) און זון אלעקסיי - און זיך באַזעצט אין [[מעלה אדומים]]. ער האט געארבעט אין דער יידישער רעדאקציע פון דער ראדיא-סטאנציע "[[קול ישראל]]", און אין פארשידענע רוסיש-שפראכיגע צייטונגען. צייטנווייז איז ער געווען ארבעטסלאז. | אין די שפעטע 1980ער יארן איז ער געווען איינער פון די גרינדער פון דער סאמארער געזעלשאפט פאר אידישער קולטור "תרבות לעם". א געוויסע צייט איז ער געווען אן [[עברית]] לערער. אין דעם 25סטן דעצעמבער 1990 איז דער דיכטער [[עלייה|ארויף]] קיין [[מדינת ישראל]] - צוזאמען מיט זיין ווייב ראזע (א [[איד]]ישע) און זון אלעקסיי - און זיך באַזעצט אין [[מעלה אדומים]]. ער האט געארבעט אין דער יידישער רעדאקציע פון דער ראדיא-סטאנציע "[[קול ישראל]]", און אין פארשידענע רוסיש-שפראכיגע צייטונגען. צייטנווייז איז ער געווען ארבעטסלאז. | ||
אין ארץ ישראל האט ער אויך אנגעהויבן שרייבן לידער אויף רוסיש, אבער ער אויך פארגעזעצט צו שרייבן לידער אויף יידיש און זיי פארעפנטליכט אין "[[ירושלימער אלמאנאך]]", אינעם תל | אין ארץ ישראל האט ער אויך אנגעהויבן שרייבן לידער אויף רוסיש, אבער ער אויך פארגעזעצט צו שרייבן לידער אויף יידיש און זיי פארעפנטליכט אין "[[ירושלימער אלמאנאך]]", אינעם תל אביב'ער אלמאנאך "נייע וועגן" און אין ניו-יארקער "[[פארווערטס]]". פאר זיין דיכטונג איז ער באלוינט געווארן מיט'ן דוד האפשטיין פרייז פאר'ן יאָר [[ה'תשנ"ח]]. | ||
ער איז געשטארבן יאנואר 27, 2004, אין [[ירושלים]]. זיין ערשטער בוך איז ערשינען נאך זיין טויט. | ער איז געשטארבן יאנואר 27, 2004, אין [[ירושלים]]. זיין ערשטער בוך איז ערשינען נאך זיין טויט. |
רעוויזיע פון 14:32, 1 יולי 2024
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
געבורט |
מאי 24, 1948 קויבישעוו (יעצט – סאַמאַראַ), רוסלאנד |
---|---|
פטירה |
יאנואר 27, 2004 (אלט: 55) מעלה אדומים, מדינת ישראל |
תאריך עלייה | 1990 |
מקום לימודים | Samara state university of social sciences and education |
שפות היצירה | יידיש |
תחום כתיבה | דיכטונג, דזשורנאליזם, איבערזעצונג |
אלכסנדר בעלאוסאוו (איידער אויסוואנדערונג: אַלעקסאַנדער בעלאָוסאָוו, רוסיש: Александр Белоусов; מאי 24, 1948 - יאנואר 27, 2004) איז געווען א יידיש-שפראכיגער איבערזעצער, דיכטער און זשורנאליסט, א רוס לויט דער אפשטאם.
לעבנס-געשיכטע
ער איז געבוירן געווארן מאי 24, 1948, אין דער רוסישער שטאט קויבישעוו (יעצט – סאַמאַראַ) צו א רוסישע אינטעליגענטע משפחה. ערצויגן האבן אים זיינע זיידע-באבע. זיין זיידע, דער זשורנאליסט אלעקסיי קאמפאסאוו, איז געווען א מיטגליד פון דער רעדאקציע פון דער קויבישעווער צייטונג "סטאלינעץ" ביז מען האט אים ארעסטירט אין 1938. פון זיין זיידע, וואס האט גערעדט מיט אים פויליש און ענגליש, האט אלכסנדר גע'ירש'נט פעאיגקייטן צו שפראכן. די ליבשאפט צו פאעזיע האט ער גע'ירש'נט פון זיין באבען, וואס האט אים געליינט לידער פון די גרעסטע רוסישע דיכטער.
ביי די צוועלף יאר האָט אלכסנדר זיך באקענט מיט תנ"ך אין דער רוסישער איבערזעצונג. ער איז אזוי נתפעל געווארן פון דעם ספר, אז ער האט באשלאסן זיך אויסלערנען די שפראך פון דעם אריגינעל – לשון קודש. דער יונגער רוס איז אנגעקומען צו א איד, דוד לאָקשין, מיט וועמענ'ס הילף ער האט זיך געלערנט לשון-קודש. ביי אים אין שטוב האט ער געהערט אידיש. ער האט זיך פארליבט אין דער שפראך און זיך איר אויסגעלערנט זייענדיג דרייצן יאר אלט.
ער האט אנגעהויבן שרייבן לידער אויף יידיש אין זיינע סטודענטן-יארן, אונטער דעם איינדרוק פון שמואל האלקינ'ס פאעזיע. דורך די זינגערין נחמה ליפשיץ האט ער זיך באקענט מיט דעם דיכטער מאטל גרוביאן, וועלכער האט אים געבראכט צו דער רעדאקציע פון דער מאסקווער ליטערארישער זשורנאל "סאוועטיש היימלאנד". די ערשטע זאמלונג פון לידער פון דעם צוואנציג-יעריגן אלכסנדר בעלאוסאוו איז פארעפנטליכט געווארן אין דעם סעפטעמבער נומער פון דער זשורנאל אין 1969.
די פארעפנטליכונג איז נישט געבליבן אומבאמערקט, רעצענזיעס זענען ערשינען אויך אין אויסלענדישע אויסגאבעס. דער העברעאישער דיכטער אברהם שליאנסקי האט הויך אפגעשאצט בעלאוסאוו'ס לידער און געפירט מיט אים א קארעספאנדענץ. עטליכע לידער פון בעלאוסאוו זענען דאן געווארן איבערגעזעצט אויף העברעאיש.
אלכסנדר האט געענדיגט די אפטיילונג פון רוסישע שפראך און ליטעראטור אין דעם קויבישעווער שטאטישן פעדאגאגישן אינסטיטוט, און ער האט געארבעט אלס אן איבערזעצער פון טעכנישע ליטעראטור אין דעם שטאטישן וויסנשאפטליכן פארשונגס-אינסטיטוט פאר ראדיא. אין דער זעלבער צייט האָט ער געשריבן לידער אויף אידיש און זיך געדרוקט אין "סאוועטיש היימלאנד", וואו זיינע לידער זענען רעגולער ערשינען במשך די קומענדיגע צוואנציג יאר. אין די 1970ער יארן איז ער געווען אונטער אויפזיכט פון די קא גע בע, צוליב פארדאכט פון ציונ'יסטישע אקטיוויטעטן.
אין די שפעטע 1980ער יארן איז ער געווען איינער פון די גרינדער פון דער סאמארער געזעלשאפט פאר אידישער קולטור "תרבות לעם". א געוויסע צייט איז ער געווען אן עברית לערער. אין דעם 25סטן דעצעמבער 1990 איז דער דיכטער ארויף קיין מדינת ישראל - צוזאמען מיט זיין ווייב ראזע (א אידישע) און זון אלעקסיי - און זיך באַזעצט אין מעלה אדומים. ער האט געארבעט אין דער יידישער רעדאקציע פון דער ראדיא-סטאנציע "קול ישראל", און אין פארשידענע רוסיש-שפראכיגע צייטונגען. צייטנווייז איז ער געווען ארבעטסלאז.
אין ארץ ישראל האט ער אויך אנגעהויבן שרייבן לידער אויף רוסיש, אבער ער אויך פארגעזעצט צו שרייבן לידער אויף יידיש און זיי פארעפנטליכט אין "ירושלימער אלמאנאך", אינעם תל אביב'ער אלמאנאך "נייע וועגן" און אין ניו-יארקער "פארווערטס". פאר זיין דיכטונג איז ער באלוינט געווארן מיט'ן דוד האפשטיין פרייז פאר'ן יאָר ה'תשנ"ח.
ער איז געשטארבן יאנואר 27, 2004, אין ירושלים. זיין ערשטער בוך איז ערשינען נאך זיין טויט.
לידער-זאמלונג
- אלכסנדר בעלאָוסאָוו, די ווינטערדיקע מנורה: אויסגעוויילטע לידער, ירושלים, ה'תשס"ו – 2006 (199 זייטן). ארויסגעגעבן געווארן דורך זיין ווייב ראזע (שושנה).
משפחה
- זיין ווייב (זינט 1969) - ראזע באריסאוונע בעלאוסאווע (געבוירן מאגילעווסקי), א שפראך-טעראפיסט לויט איר פראפעסיע, שרייבערין פון די לידער-זאמלונגען "שורות פון דער ווייטנס" (1994) און "איך שטאם פון ווינטער" (1997).
- זייער זון - דער קלאסישער גיטאריסט אלעקסיי בעלאוסאוו (געבוירן 1970).
דרויסנדע לינקס
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער