אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:באקסהארן"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אויף יידיש דורך HotCat)
(דעסקריפציע; אינפאקעסטל; נאך)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש = species of plant|העב=מין של צמח|דייטש=Griechisches Heu, Art der Gattung Trigonella, Heilpflanze, Gewürzpflanze|}}
{{דעסקריפציע|מין פלאַנץ}}
{{יתום}}
{{יתום}}
[[טעקע:Illustration_Trigonella_foenum-graecum0.jpg |קליין|באקסהארן]]
{{Taxobox
'''באָקסהאָרן''' אדער '''גריכיש היי''' ''Trigonella foenum-graecum'' איז אַ מין פלאַנץ פון דער משפּחה פון די [[קטניות]] Leguminosae. די קערנדלעך פון דער פלאַנץ באַדינען אַלס געווירץ. די תימנים רופן עס חילבע, אין [[ענגליש]] רופט מען עס פעניוגריק.
|name=באָקסהאָרן
|image=Illustration_Trigonella_foenum-graecum0.jpg
| regnum = [[Plantae]]
|familia=[[קטניות]]
| binomial = ''Trigonella foenum-graecum''
| binomial_authority = [[קארל פאן לינע]]<ref>{{cite web
|url=https://web.archive.org/web/20090105032622/http://www.ars-grin.gov/cgi-bin/npgs/html/taxon.pl?40421
|title=Trigonella foenum-graecum
}}</ref>
}}
'''באָקסהאָרן''' אדער '''גריכיש היי''' (וויסנשאַפטליכע נאמען: ''Trigonella foenum-graecum'') איז אַ מין פלאַנץ פון דער משפּחה פון די [[קטניות]] Leguminosae. די קערנדלעך פון דער פלאַנץ באַדינען אַלס געווירץ. די תימנים רופן עס חילבע, אין [[ענגליש]] רופט מען עס פעניוגריק.
[[טעקע:Fenugreek seeds(মেথি).JPG|ממוזער|left]]
[[טעקע:Fenugreek seeds(মেথি).JPG|ממוזער|left]]



רעוויזיע פון 22:37, 21 מערץ 2024

 

באָקסהאָרן
Illustration Trigonella foenum-graecum0.jpg
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע
קעניגרייך: Plantae
פאַמיליע: קטניות
בינאמינאלישער נאמען
Trigonella foenum-graecum
קארל פאן לינע[1]

באָקסהאָרן אדער גריכיש היי (וויסנשאַפטליכע נאמען: Trigonella foenum-graecum) איז אַ מין פלאַנץ פון דער משפּחה פון די קטניות Leguminosae. די קערנדלעך פון דער פלאַנץ באַדינען אַלס געווירץ. די תימנים רופן עס חילבע, אין ענגליש רופט מען עס פעניוגריק.

Fenugreek seeds(মেথি).JPG

אויפ'ן פלאנץ וואס ווערט דערמאנט אין משנה[2] מיט'ן נאמען "תלתן" שרייבט דער רמב"ם[3] אז דאס איז וואס ווערט גערופן אין אראביש "חלבא" און בלע"ז "פנגריג". דער "המתרגם" אויפ'ן פלאץ[4] (געדרוקט אין ווילנער ש"ס) טייטשט דאס אין אידיש אלס "גריכיש הייא" אדער "באקסהארען".

אין לשון הגמרא ווערט עס גערופן "שבלילתא"[5] אדער "שובלילתא"[6].

אויך אויף "רוביא", וואס דער גמרא זאגט אז מען זאל עס עסן[7] אדער זען[8] אויף ראש השנה, טייטשט רש"י אז דאס איז "תלתן"[9].

דער רמב"ם[10] שרייבט אז "תלתן" ווערט נישט געגעסן דורך מענטשן [נאר "ע"י הדחק"[11]][12].

דער ספר הערוך[13] שרייבט אויף "תלתן" אז אין אנהייב איז עס ביטער און ווען מען ווייקט עס אין וואסער ווערט עס זיס.

רעפערענצן

  1. "Trigonella foenum-graecum".
  2. משנה, כלאים ב, ה
  3. פירוש המשניות
  4. ווי אויך אין ביצה דף ג:, ראש השנה דף יב: און בבא קמא דף פא.
  5. זעט רש"י, עבודה זרה לח, ב און רש"י, מנחות מב, ב. זעט אויך ספר הערוך, ערך שבלול ב', און מוסף הערוך, ערך תלתן.
  6. זעט גיטין סט, א און רש"י און המתרגם דארט.
  7. כריתות ו, א
  8. הוריות יב, א
  9. דער מוסף הערוך (ערך רוביא) פרעגט ווי אזוי קען רש"י זאגן אז רוביא איז תלתן בשעת מיר ווייסן אז תלתן אין לשון הגמרא איז שבלוליתא. דער הפלאה שבערכין ענטפערט אז מיר געפינען אסאך מאל אז איין זאך ווערט אנגערופן מיט עטליכע נעמען, און אדרבה, וויבאלד רש"י טייטשט אויף ביידע פינגור"י, זעען מיר אז ביידע זענען דער זעלבע זאך.
  10. משנה תורה לרמב"ם, הלכות תרומות, פרק י"א, הלכה ט'
  11. כסף משנה דארט
  12. זעט הפלאה שבערכין (ערך רוביא) וואס ברענגט עטליכע ראיות אז תלתן ווערט געגעסן דורך מענטשן.
  13. ערך תלתן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!