אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אדר ב'"

8,074 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 1 יאָר
המשך
(←‏נעמען: פארברייטערט ("ואדר"))
(המשך)
שורה 15: שורה 15:
==נעמען==
==נעמען==
אין הלכה ווערט דער חודש אנגערופן "אדר שני" (אדער "השני") אדער פשוט אדר, און אין גמרא הייסט עס "אדר הסמוך לשבט"{{הערה|{{בבלי|מגילה|ו|ב}}}}. אין טייל קהילות איז געווען איינגעפירט עס צו רופן "ואדר", קומענדיג נאך אדר א' וואס מען פלעגט רופן אדר סתם{{הערה|שיירי כנסת הגדולה, הגהות בית יוסף, אורח חיים סימן רפ"ד. זעט אויך יוסף אומץ, סימן תרצ"א; עלי תמר, מגילה פרק א', אז אזוי איז געווען איינגעפירט אין פוילן און אנדערע תפוצות ישראל.}}.
אין הלכה ווערט דער חודש אנגערופן "אדר שני" (אדער "השני") אדער פשוט אדר, און אין גמרא הייסט עס "אדר הסמוך לשבט"{{הערה|{{בבלי|מגילה|ו|ב}}}}. אין טייל קהילות איז געווען איינגעפירט עס צו רופן "ואדר", קומענדיג נאך אדר א' וואס מען פלעגט רופן אדר סתם{{הערה|שיירי כנסת הגדולה, הגהות בית יוסף, אורח חיים סימן רפ"ד. זעט אויך יוסף אומץ, סימן תרצ"א; עלי תמר, מגילה פרק א', אז אזוי איז געווען איינגעפירט אין פוילן און אנדערע תפוצות ישראל.}}.
==אלס חודש אדר==
די מצוות פון [[פורים]], וועלכע גייען אן אין [[י"ד אדר|י"ד]] און [[ט"ו אדר]], ווערן געטון נאר אין צווייטן אדר{{הערה|{{בבלי|מגילה|ו|ב|אן=|מפרש=|ד"ה=|לאנג=}}, זעט דארט א מחלוקת תנאים; לבוש אורח חיים סימן תרצ"ז.}}. אויך די [[ארבע פרשיות]] ווערן געליינט אין די שבתים פון צווייטן אדר, און אויב האט מען זיי געליינט אין אדר א' דארף מען איבערליינען{{הערה|{{בבלי|מגילה|ו|ב|אן=|מפרש=|ד"ה=|לאנג=}}, זעט דארט א מחלוקת תנאים; {{טור|אורח חיים|תרפה}}.}}.
די טעג פון אדר וועלכע זענען באצייכנט אין [[מגילת תענית]] אז מען טאר אין זיי נישט [[תענית|פאסטן]], גייט עס אן אין ביידע אדרים{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תקסח|מפרש=מגן אברהם|סק=כ}}; ביאור הגר"א, דארט.}}. דער תענית פון [[ז' אדר]] גייט אן אין אדר א'{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תקפ|מפרש=מגן אברהם|סק=ח}}, בשם מהרי"ל; {{משנה ברורה|תקפ|טו}}.}}; לויט אנדערע - אין אדר ב'{{הערה|שו"ת שאילת יעב"ץ, חלק א' סימן קי"ז, בשם החכם צבי; שו"ת חתם סופר, אורח חיים סימן קס"ג}}. אויך ווען עס האט פאסירט א נס אין אדר פון א שנה פשוטה, און מען האט געמאכט א נדר צו האלטן א [[פורים שני]] אין דעם טאג, איז א מחלוקת ווען עס צו האלטן אין א שנה מעוברת{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תרפו|מפרש=מגן אברהם|סק=ה}}; שו"ת חתם סופר, אורח חיים סימן קס"ג}}.
די תנאים קריגן זיך וועלכע פון די חדשים הייסט סתם אדר: לויט [[רבי יהודה]] איז עס אדר א' - ווען מען שרייבט א [[שטר]] אין דעם חודש שרייבט מען בלויז "אדר", און אין אדר ב' שרייבט מען "אדר תניינא"; לויט [[רבי מאיר]] איז עס אדר ב'{{הערה|{{בבלי|נדרים|סג|ב}}}}. לויט רוב פוסקים איז די הלכה ווי רבי יהודה{{הערה|{{טור|אורח חיים|תכח}}; {{שלחן ערוך|אורח חיים|תכז|מפרש=רמ"א}}.}}; דער [[רמב"ם]] נעמט אן ווי רבי מאיר{{הערה|{{רמב"ם|נדרים|י|ו}}}}.
ביי א [[גט]] זאל מען לכתחילה ארויסשרייבן אדר ראשון און אדר שני{{הערה|שם=אהע|{{שלחן ערוך|אבן העזר|קכו|ז}}}}, בדיעבד איז כשר אויב האט מען געשריבן בלויז "אדר" אין אדר א', לויט ווי רוב פוסקים האלטן{{הערה|דארט=אהע|רמ"א, דארט}}. ביי [[ברכת החודש]], זאגט מען "אדר שני" אויף אדר ב'{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תכז|מפרש=מגן אברהם|סק=א}}}}; טייל האבן געזאגט "ואדר"{{הערה|שיירי כנסת הגדולה, הגהות בית יוסף, אורח חיים סימן רפ"ד}}.
צוויי וועקסלען וואס אין איין שטייט אדר סתם און אין די צווייטע שטייט אדר ב', און דער לווה האט נישט צו באצאלן פאר ביידע, געבט מען פאר דער וואס האט פארבארגט אין אדר סתם; אויב אין ביידע שטייט אדר סתם, געבט מען פאר דער וואס זיין צייט איז פריער לויט די טעג אין חודש{{הערה|שם=חומ|{{שלחן ערוך|חושן משפט|מג|כח}}}}. דאס זעלבע איז אפילו אויב אין איין שטייט אדר סתם און אין די צווייטע אדר א', גייט מען לויט די טעג אין חודש{{הערה|דארט=חומ|סמ"ע, דארט}}. טייל זענען חושש צו די שיטה פון רמב"ם, און האלטן ביי די אלע ספיקות אז מען זאל עס צעטיילן{{הערה|דארט=חומ|ש"ך, דארט}}.
א הויז וואס מען האט פארדינגען אויף ביז אדר, און דער משכיר און שוכר קריגן זיך ביז וועלכער אדר, זאלן זיי זיך טיילן{{הערה|הגהות אשרי, סוף פרק השואל, פון {{תוספתא|בבא מציעא|ח}}.}}; לויט אנדערע, גייט עס פארן משכיר חוץ אויב דער שוכר ברענגט א באווייז{{הערה|{{שלחן ערוך|חושן משפט|שיב|מפרש=ש"ך|סק=טו}}}}.
עס איז א מחלוקת אין די פוסקים איבער דער [[יארצייט]] פון איינער וואס איז נפטר געווארן אין אדר פון א שנה פשוטה: לויט טייל האלט מען עס אין אדר א' פון א שנה מעוברת{{הערה|תרומת הדשן, סימן רצ"ד; {{שלחן ערוך|אורח חיים|תקסח|ז|מפרש=רמ"א}} און אויף {{שלחן ערוך|יורה דעה|תב|יב|אן=נאמען}}}}; לויט אנדערע אין אדר ב'{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תקסח|ז}}. זעט שו"ת חתם סופר, אורח חיים סימן קס"ג.}}. טייל זענען מחמיר צו האלטן ביידע{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תקסח|ז|מפרש=רמ"א}}, בשם מהרי"ל}}; לויט געוויסע, דארף מען מעיקר הדין האלטן ביידע{{הערה|מגן אברהם און {{שלחן ערוך|אורח חיים|תקסח|מפרש=ביאור הגר"א}}.}}. ווען ער איז נפטר געווארן אין א שנה מעוברת, דארף מען זיכער האלטן דער חודש אין וועלכע ער איז נפטר געווארן{{הערה|{{שלחן ערוך|יורה דעה|תב|יב|מפרש=רמ"א}}, און ש"ך, סעיף קטן י"ב}}.
די יארן בעפאר א אינגל ווערט [[בר מצוה]] (און א מיידל [[בת מצוה]]) רעכענען זיך מיט דער חודש העיבור - און אויב איז ער געבוירן אין א שנה פשוטה און דרייצן יאר דערויף איז אן עיבור יאר, ווערט ער בר מצוה אין אדר ב'{{הערה|הגהות מרדכי, יבמות סימן קט"ו; {{שלחן ערוך|אורח חיים|נה|ט}}.}}. לויט איין דעה, אפילו אויב איז ער געבוירן אין א שנה מעוברת אין אדר א', און דרייצן יאר דערויף איז אויך אן עיבור יאר, ווערט ער בר מצוה אין אדר ב'{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|נה|מפרש=מגן אברהם|סק=י}}}}; די פוסקים קריגן אבער דערויף{{הערה|שו"ת מהר"י מינץ, סימן ט; שבות יעקב, חלק א סימן ט; ערוך השולחן און משנה ברורה און אנדערע אחרונים, אורח חיים סימן נ"ה.}}.
צומאל קען אויסקומען אז איין קינד זאל ווערן בר מצוה שפעטער ווי דער וואס איז געבוירן נאך אים. צום ביישפיל: אויב זענען זיי געבוירן אין אן עיבור יאר, איינער אין כ"ט אדר א' און דער צווייטער אין אנהייב אדר ב', און דרייצן יאר דערויף איז א שנה פשוטה, וועט דער צווייטער ווערן בר מצוה אין אנהייב אדר און דער ערשטער אין כ"ט אדר{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|נה|י}}}}. לגבי נעמען א דאפלטע חלק [[ירושה]], איז דער ערשטער דער [[בכור]]{{הערה|שו"ת מהר"י מינץ, סימן ט}}.