אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אבו האמזא"
ק (צוגעלייגט קאַטעגאָריע:עגיפטישע מענטשן דורך HotCat) |
ק (צוגעלייגט קאַטעגאָריע:בריטישע מענטשן דורך HotCat) |
||
שורה 26: | שורה 26: | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|19]] | [[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|19]] | ||
[[קאַטעגאָריע:עגיפטישע מענטשן]] | [[קאַטעגאָריע:עגיפטישע מענטשן]] | ||
[[קאַטעגאָריע:בריטישע מענטשן]] |
רעוויזיע פון 21:21, 31 יאנואר 2024
יש לעדכן ערך זה.
| ||
יש לעדכן ערך זה. | |
עדכון |
אבו האמזא, קורץ נאכדעם וואס מען האט אים אויסגעליפערט קיין אמעריקע אין 2012 | |
געבורט |
אפריל 15, 1958 (יארגאנג: 66) אלעקסאנדריע, עגיפטן |
---|
מוסטאפא קאמעל מוסטאפא (אַראַביש: مصطفى كامل مصطفى; געבוירן אפריל 15, 1958 אין אלעקסאנדריע, עגיפטן), אויך באקאנט אלס אבו האמזא אל-מאסרי (أبو حمزة المصري, מיינענדיג: טאטע פון האמזא, דער עגיפטישער), אדער פשוט אבו האמזא, איז אן ארכי טעראריסט און א מיטגליד פון דעם פינסבערי פארק מעטשעט וואו ער האט פאר עטליכע יאר געדינט אלס אימאם ביז מען האט אים באזייטיגט ווייל ער האט דארט געהאלטן ראדיקאלע רעדעס, וואס אין זיי האט ער געפרעדיגט ראדיקאלישקייט און געטרייקייט פאר דער טעראר גרופע על קאידא, און אויך געהעצט דעם המון עם קעגן דער אמעריקאנער אינוואדירונג איו איראק, און מען האט אים פארהאלטן אין די ענגלישע טורמעס.
אמעריקע האט געבעטן פון ענגלאנד זיי זאלן ארויס ליפערן דעם טעראריסט. זיין אדוואקאט האט געפאדערט אז מען זאל אים נישט אויסליפערן, נאר ער זאל ענדיגן זיין זיבן יעריגע אורטייל טורמע, וואס דער ענגלישער געריכט האט אים צוגעטיילט. און דערנאך זאל ער קענען גיין פריי. נאך וואכן וואס דער קעיס האט זיך געצויגן, האט דער ענגלישער געריכט געאורטיילט אז ער זאל יא ווערן ארויסגעליפערט, און מען זאל אים טראגן קיין אמעריקע. האמזא האט היינט צוטאגס ענגלישע בירגערשאפט, און דעריבער האפט זיין אדוואקאט אז ענדע וועט ער יא קענען בלייבן אין ענגלאנד, און פארענדיגן זיין טורמע טערמין, און נישט ווערן ארויסגעליפערט קיין אמעריקע.
האמזא'ס אדוואקאט האט קאמענטירט, אז דער ווילן פון האמזא צו בלייבן אין ענגלאנד איז אויס פארכט אז האמזא וועט געשיקט ווערן צו די ביטערע אמריקאנע טורמעס ווי געוואטנאמע בעי טורמע, וואס איז באוואוסט מיט אירע שארפע אומשטענדן. אמעריקע, דאגעגן, האט רעאגירט אז זיי האבן נישט אין פלאן צו שיקען האמזא אהין צו די בארבארישע טורמעס, נאר זיי ווילן אים בלויז אויף אויספארש, און זיי וועלן אים באהאנדלען מיט לייכטע אומשטענדן. צום סוף האט ענגלאנד באשטעטיגט ענדגילטיג די אויסליפערונג פון אבו האמזא קיין אמעריקע.
דער מ.פ. פון בירמהענגאן קאליד מוכאמעד, וואס איז אויך אן אראבער, האט געלויבט דעם היים סעקראטער פאר זיין באשלוס אויסצוליפערן האמזא, און געמאלדן אז דער שריט איז א מעלדונג פאר די ראדיקאלע מוסלמענער וואס וואוינען אין ענגלאנד אז זייער ארט איז נישט אין ענגלאנד, און אז מען וועט שטרענג באהאנדלען איינעם וואס נעמט אנטייל אין פרעדיגן ראדיקאלישקייט, און העצט אן די מוסלמענער צו אפטאן ווילדע זאכן.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!