אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שמעלקא טויבענפעלד"
ק (הגהה) |
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט רוי:רבי שמעלקא טויבנפעלד צו רוי:רבי שמעלקא טויבענפעלד: ווי די משפחה שרייבט זיך) |
רעוויזיע פון 17:08, 25 יאנואר 2024
רבי שמואל "שמעלקא" ישכר דוב טויבנפעלד (ה'תרצ"א – ט"ו תשרי ה'תשמ"ו) איז געווען פילע יארן דער רב פון קהל חרדים וואס האט אנגעהערט צו סאטמאר אין מאנסי.
ביאגראפיע
הרב שמעלקא איז געבוירן געווארן אין יעראסלאוו, גאליציע.
דער סקווערער רבי, רבי יעקב יוסף טווערסקי זצ"ל, האט אים געוואלט באשטימען אלס ראש הכולל פון שיכון סקווירא. אבער הגם ער איז געווען א חסיד, האט ער זיך אפגעזאגט. דער סקווערער רבי האט דאן געזאגט צו זיינס א מקורב, אז ער האט אים נישט געוואלט צווינגען, ווייל ער זעט אז רבי שמעלקא איז אן אמת'ער "שונא את הרבנות". ערשט נאך לאנגע הפצרות איז ער שפעטער געווארן רב פון דער קהילת חרדים אין מאנסי, אבער דאס נאר מיט א גאנצע רייע פון תנאים, ווי למשל אז מען זאל אים נישט רופן "רב" נאר בלויז ראש החברה, אז ס'זאל זיין שלא על מנת לקבל פרס, און אז ער זאל נישט טראגן קיין אחריות פאר די חטאים פון זיין קהל.
נאך זיין פטירה האט די סאטמארער קהילה אין מאנסי עטליכע יאר נישט פארמאגט קיין רב, ביז ער איז געווארן ערזעצט דורך רבי חיים יהושע האלבערשטאם.
דרויסנדע לינקס
- לוי אשכנזי, "הגאון רבי שמעלקא טויבענפעלד זצ"ל", דאס אידישע ווארט, טבת תשמ"ו
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!