אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יהודה הורוויץ (סטוטשין)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(וויקיפּעדיע אנטיק)
שורה 38: שורה 38:
[[קאַטעגאָריע:ראזוואדאוו]]
[[קאַטעגאָריע:ראזוואדאוו]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]]
[[HE:רבי יהודה הורוביץ (סטוטשין)]]
[[קאַטעגאָריע:וויקיפּעדיע אנטיק]]
[[קאַטעגאָריע:וויקיפּעדיע אנטיק]]

רעוויזיע פון 02:45, 23 יולי 2024

רבי יהודה הורוויץ זצ"ל (י"ג תמוז ה'תרנ"ב - ט' חשוון ה'תשמ"ב), דער סטוטשינער רב.

אפשטאם

רבי יהודה'לע איז געבוירן י"ג תמוז ה'תרנ"ב, צו זיין פאטער הרב יצחק הורוויץ, רב אין סטוטשין, א זון פון הרב רבי משה הורוויץ, רב אין ראזוואדאוו, א זון פון הרב רבי אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער אסתר ליבא א טאכטער פון הרב מנחם מענדל אייכנשטיין פון זידיטשוב.

רבנות

ווען זיין פאטער איז געפארן קיין טארנא איז רבי יהודה'לע געווארן רב אין סטוטשין אויף זיין פאטערס ארט, און ער האט דארט פאהרגעלערנט שיעורים פאר בחורים. זיין פאטער רבי איציקל האט באפוילן רבי יהודה'לע, ער זאל נעמען קוויטלעך ביי זיינע אנהענגערס, און ער אליין האט געשיקט מענטשן זיך פראוון ביי אים.

נאך דעם צווייטן וועלט קריג וואס רבי יהודה'לע האט דורכגעלעבט מיט איבערמענטשליכע קרעפטען איז ער אנגעקומען קיין אמעריקא און זיך באזעצט אין בארא פארק וואו ער האט ווייטער אנגעפירט זיין עבודה אלס סטוטשינער רב פון ניו יארק.

הסתלקות

רבי יהודה'לע איז נפטר געווארן ט' חשוון ה'תשמ"ב.

פאמיליע

רבי יהודה'לע האט געהייראט מרת חיה א טאכטער פון זיין פעטער הרב רבי יהושע שפירא רב אין ריבאטוטש. זיי האבען געהאט איין קינד:

  • מרת חנה די ווייב פון הרב עובדיה יודקאווסקי, פון ניו יארק. זייערע קינדער:
    • הרב אליעזר יהושע יודקאווסקי, ממלא מקום פון זיידן, סטוטשינער רבי
    • הרב משה יעקב יודקאווסקי.
    • הרב צבי אלימלך יודקאווסקי.
    • הרב אהרן יודקאווסקי.

זיינע ספרים

  • מנחת יהודה על התורה
  • מנחת יהודה על מועדים

רעפערענצן

  • הקדמה מנחת יהודה על התורה
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!