אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אבא מרי הירחי"
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט רוי:אבא מארי צו רוי:רבי אבא מרי הירחי: רבי; ריכטיגער) |
קאין תקציר עריכה |
||
שורה 10: | שורה 10: | ||
עס איז געווארן געדרוקט אין פרעשבורג שנת [[ה'תקצ"ח]] מיט אן הסכמה פונעם [[חת"ם סופר]]. | עס איז געווארן געדרוקט אין פרעשבורג שנת [[ה'תקצ"ח]] מיט אן הסכמה פונעם [[חת"ם סופר]]. | ||
{{מיון רגיל:אבא מרי הירחי}} | |||
[[קאַטעגאָריע:ראשונים]] | [[קאַטעגאָריע:ראשונים]] | ||
{{קרד/פאלקס-ענצ}} | {{קרד/פאלקס-ענצ}} | ||
[[he:אבא מרי הירחי]] | [[he:אבא מרי הירחי]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 17:02, 7 יאנואר 2024
רבי אַבָּא מָרִי בַּר מֹשֶׁה הַיַּרְחִי, אויך גערופן דון אסתרוק, איז געווען א למדן און מחבר אין פראנקרייך אין דער צווייטער העלפט פון 13'טן און אָנהויב פון 14'טן יאָרהונדערט. זיין איינפלוס איז געווען זייער א גרויסער, און ער שפּילט אין דער געשיכטע פון דעם קאמף קעגן לערנען פילאזאפיע א זייער גרויסע ראָלע.
רבי אבא מרי איז געבוירן געוואָרן לערך דעם יאָר 1250 אין פראנקרייך אין דער שטאָט לוניל ("לון", וואס באדייט לבנה אויף פראנצויזיש, איז דער מקור פון זיין צונאָמען "הירחי"). פון דאָרט איז ער געפארן צו דער שטאָט מאנפּעליער, אויך אין פראנקרייך.
דאָס איז געווען א געוויסע צייט נאָכדעם וואס עס זענען ערשינען די פילאָזאָפישע ספרים פון רמב"ם, צווישן זיי אויך דער "מורה נבוכים", און אסאך אידן האָבן אָנגעהויבן לערנען פילאָזאָפיע. אין די אידישע קהלות אין פראנקרייך האָט זיך אָנגעהויבן א העפטיגע מלחמה צווישן די פילאָזאָפיע-אָנהענגער פון איין זייט און די קעגנער פון פילאָזאָפיע -- מיט רבי אבא מרי אין דער שפּיץ -- פון דער צווייטער זייט. די רעגירונג, וועלכע האָט געשטיצט די פילאָזאָפיע-פריינט, האָט באפוילן רבי אבא מרי'ן צו פארלאָזן מאָנפּעליער. ער האָט זיך גענומען וואנדערן, ביז ער האָט זיך צום סוף באזעצט אין פערפיניאן, און דאָרט איז ער נפטר געווארן; דאָס יאָר פון זיין פטירה איז נישט באקאנט.
מנחת קנאות
רבי אבא מרי האט זיך געשריבן צום רשב"א, ער זאל אים שטיצן אין קאמף קעגן פילאזאפיע, און זיינע קעגנער האבן אויך זייערע טענות פארגעלייגט צום רשב"א. די אלע בריוו וועגן דעם קאמף ארום דער פילאָזאָפיע האט רבי אבא מרי צונויפגעזאמלט אין א ספר, "מנחת קנאות", אין 132 פרקים.
עס איז געווארן געדרוקט אין פרעשבורג שנת ה'תקצ"ח מיט אן הסכמה פונעם חת"ם סופר.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!