אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ניו יארק שטאט געאגראפישע אפטיילונגען"
ק (החלפת טקסט – "ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|9]]" ב־"ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|09]]") |
ק (הוספת קישור בינוויקי en:Administrative divisions of New York (state)) |
||
שורה 123: | שורה 123: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|09]] | [[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|09]] | ||
[[en:Administrative divisions of New York (state)]] |
רעוויזיע פון 23:27, 23 מאי 2024
ניו יארק שטאַט האט 62 קאונטיס.
די קאונטיס זענען איינגעטיילט אין 932 שטעטלעך (), 62 שטעט, און 14 "אינדיאנער רעזערוואציעס".
די פירערשאפט אפטיילונגען אין ניו יארק שטאַט וועלכע זענען אנדערש פון פילע אנדערע שטאטן אין די פאראייניגטע שטאטן, פירן צו מיספארשטענדענישן בנוגע די גאווערמענטאלע נאטור פון טעריטאריעס.
קאונטי
די קאונטי איז א פונדאמענטאלע פירערשאפט אפטיילונג פון ניו יארק שטאַט. עס זענען פארהאן 62 קאונטיס אין ניו יארק. פינף פון די קאונטיס זענען די "באראס" פון ניו יארק סיטי (קינגס וואס איז ברוקלין, ניו יארק וואס איז מאנהעטן, קווינס, בראנקס, און ריטשמאנד וואס איז סטעטן איילענד), און האבן נישט קיין פונקציאנירנדע קאונטי רעגירונג חוץ פון האלטן עפנטליכע פאפירן (Public Records). קאונטיס אנהאלטן א סכום 'טאונס' אונטער זיך, און אויך צומאל 'סיטיס'. טאונס קענען אנטהאלטן אין זיך פאראייניגטע ווילעדזש'עס, וואו די "קאונטי" פירערשאפט איז פלאצירט.
קאונטיס זענען פאראנטווארליך פאר פיל פירערשאפט פונקציעס פאר אלע טעריטאריעס אין זייערע גרעניצן - וועלכע זענען נישט באאויפטראגט מיט אן אייגענע פירערשאפט. צום מערסטנס מינט דאס כלליותדיגע פלאנירונגען, פאליציי סערוויסעס, סאשעל וועלפעיר, און אנפירן די עדיוקאציע (חינוך) סערוויסעס, און אויך געוויסע געריכט סערוויסעס.
27 קאונטיס אין דעם שטאַט אפערירן אונטער די אלגעמיינע מיטלען פון די קאונטי געזעצן, און 20 קאונטיס האבן אייגענע קאונטי טשארטערס (ענליך צו א קאנסטיטוציע), אבער אלע קאונטיס האבן א געוויסע ברייטקייט צו אייגענע פירערשאפט, די "טשארטער" קאונטיס ערלויבן זיך בעסערע היים געזעצן שטארקייט.
א ליסטע פון די טשארטער קאונטיס אין 2006: Albany, Broome, Chautauqua, Chemung, Dutchess, Erie, Herkimer, Monroe, Nassau, Oneida, Onondaga, Orange, Putnam, Rensselaer, Rockland, Schenectady, Suffolk, Sullivan, Tompkins, און Westchester.[1]
געווענליך פירט זיך א קאונטי דורך א קאונטי עקזעקוטיוו און לעגיסלאטור (פארלאמענט). אין געוויסע קאונטיס איז די לעגיסלאטור די 'בארד פון סופערווייזערס', צוזאמענגעשטעלט פון די טאון און די סיטי אריינגעוויילטע סופערווייזערס. אין אנדערע קאונטיס רופט זיך די לעגיסלעטיווע קערפערשאפט אלץ "באורד אוו רעפרעזענטעטיווס", באורד אוו לעגילעיטארס", אדער "קאונטי לעגיסלעטור".
אויך אין נישט טשארטער קאונטיס, האבן די לעגיסעלעטיווע קערפערשאפט געוויסע אייגענע כוחות.
סיטי
א סיטי (שטאָט) אין ניו יארק באדייט א אויטאנאמישע פארבינדענע געגנט, געווענליך 'אין' א קאונטי.
געוויסע קאונטיס איבער ניו יארק סטעיט פארמאגן מער ווי איין סיטי, און געוויסע פארמאגן נישט קיין סיטי.
א סיטי שטעלט צו מער ווייניגער אלע סערוויסעס צו אירע איינוואוינער און האט די העכסטע דעגרי פון היים געזעצן און טעקסעס באפולמעכטיגונג אויף אירע איינוואוינער. די הויפט חילוק צווישן א סיטי און א ווילעדזש איז אז די סיטיס פירן זיך לויט זייערע טשארטערס, וועלכע קען זיין אנדערש איין סיטי פונעם צווייטן, אבער ווילעדזשעס זענען אונטערגעבויגן אונטער איין קלארע פארמירטע אלגעמיינע ווילעדזש געזעצן. אויך זענען ווילעדזשעס א חלק פון א טאון וועלכע די איינוואוינער צאלן דארט שטייערן און באקומען אירע סערוויסעס. ווידעראום סיטיס, סיידן איינצעלנע, זענען אומאפהענגיג פון טאונס. געוויסע סיטיס זענען גענצליך ארומגענומען דורך א טאון, געווענליך מיט די זעלבע נאמען, אויך אזא סיטי איז נישט אונטערגעווארפן אונטער די טאון.
עס זענען פארהאן צוויי און זעכציג, 62, סיטיס אין ניו יארק סטעיט. עס איז נישט דא קיין מינימיום פאפולאציע אדער געגנט פארלאנגן צו קענען ווערן א סיטי.
די פארומס פון פירערשאפט וואס סיטיס קענען האבן זענען, קאנסול מענעדזשער, שטארקע מעיאר קאנסיל, שוואכע מעיאר קאנסיל אדער קאמישאן. פיר און פערציג סיטיס נוצן די מעיאר-קאנסול פארום, אין וועלכע די מעיאר איז דער פירער, און די סיטי קאנסול מעמבערס פארמירן די לעגיסלאטור. גרעסערע סיטיס האבן אויך סיטי געריכטן.
ווען עס קומט צו ניו יארק סיטי קען עס אויסקוקן קאמפליצירט. ניו יארק סיטי איז די איינציגטסע סיטי וואס איז נישט "אין" א קאונטי, נאר אדרבה עס געפונען זיך גאר אין איר פינף קאונטיס, אבער נישט ממש, זיי ווערן אנגערופן "באראוס" אנשטאט קאונטיס, ווי שפעטער ערווענט. אונטער די סטעיט פראצעדור וועלכע ווערט אנגערופן "קאנסולטאציע" ערלויבט דאס פאר'ן סיטי צו אנעקסירן ריזיגע געגנטער אריבער אירע ארגינעלע גרעניצן.
די גרעסטע סיטי אין ניו יארק איז ניו יארק סיטי, און די קלענסטע איז שעריל סיטי.
- א ליסטע פון אלע סיטיס אין ניו יארק, און אין וועלכע קאונטיס זיי געפונען זיך
- א מאפע ווי אלע סיטיס אין ניו יארק סטעיט געפונען זיך
טאון
יעדע קאונטי אין ניו יארק סטעיט ווערט צעטיילט אין טאונ'ס. יעדע איינוואוינער אין ניו יארק וועלכע וואוינט נישט אין א סיטי (אדער אין אן אינדיען רעזערוואציע) וואוינט אויטאמאטיש אין א טאון. עס איז פארהאן 932 טאונ'ס אין ניו יארק. טאונ'ס קענען נישט אריבערגיין די קאונטי גרעניצן, היות זיי זענען א חלק פון די קאונטי.
טאונס זענען א פיליאלע פון די גאווערמענט פירערשאפט. די טאון באורד טוען סיי עקזעקוטיווע און סיי לעגיסלעטיווע פונקציעס. די טאון סופערווייזער שטייט העכערן באורד, אבער האט נישט קיין וועטא מאכטן. די געריכט פיליאלע'ס זענען באקאנט אלץ "טאון קארט" אדער "יוסטיץ קארט".
א טאון קען אנטהאלטן אסאך אדער קיין ווילעדזשעס. פינף טאונס האבן בלויז איין ווילעדזש: 'גרין איילענד' אין אלבעני קאונטי, 'איסט ראטשעסטער' אין מאנרא קאונטי, 'סקערסדעיל', 'העריסאן' און 'מאונט קיסקאו' אין וועסטשעסטער קאונטי און 'פאלם טרי אין אראנדזש קאונטי.
ווען אזא מצב פארמירט זיך, ווערט אפגעהאלטן א רעפערענדום צו באשלוסן צי די איינוואוינער זאלן באקומען א ווילעדזש-סטיל אדער א טאון-סטיל גאווערמענט (וועלכע וועט ווי דערמאנט טון די פונקציעס פון ביידע).
פילע פלעצער וועלכע אנטהאלטן דאס ווארט "טאון" אין זייערע נעמען זענען בכלל נישט קיין טאונ'ס.
- א ליסטע פון אלע טאונס אין ניו יארק שטאַט אין דער ענגלישער וויקיפעדיע
ווילעדזש
א ווילעדזש (דארף) איז א פאראייניגטע געגנט אין א טאון. א ווילעדזש איז א קלארע באגרעניצטע מוניציפאליטעט וועלכע שטעלט צו סערוויסעס צו אירע איינוואוינער, ווי צוזאמענעמען די גארבעדזש, גאסן און שאסייען צוגעהערן, גאסן באלייכטונגען און בילדינג קאודס. געוויסע ווילעדזש'עס שטעלן צו זייערע אייגענע פאליציי און אנדערע פאליטיקאלע סערוויסעס. א ווילעדזש האט ווייניגער אויטאנאמיע פון א סיטי. די מוניציפאלע סערוויסעס וועלכע דער ווילעדזש שטעלט נישט צו ווערן צוגעשטעלט דורך די טאון, אדער דורך די טאון צוזאמען מיטן ווילעדזש. אין 2000 האבן עקזיסטירט 553 ווילעדזשעס אין ניו יארק סטעיט.
די לעגיסלאטור פון א ווילעדזש זענען די באורד אוו טראסטיס, וואס באשטייט פון א מעיאר מיט (געווענליך) פיר טראסטי'ס. דער מעיאר פארמאגט נישט קיין וועטא מאכטן, סיידן ער באקומט דאס דורכ'ן לאקאלע געזעץ. א ווילעדזש מוז האבן א מונאציאפאלע בילדונג אדער א ווילעדזש האל. ווילעדזשעס קענען אויך האבן א "ווילעדזש יוסטיץ".
זיך צו פאראייניגן אלץ א ווילעדזש, מוז דער טעריטאריע פארמאגן צום ווייניגסטנס 500 איינוואוינער און טאר נישט זיין מער ווי 5 סקווער מייל. דער פראצעס צו מאכן א ווילעדזש הייבט זיך אן מיט א פעטיציע דורך 20 פראצענט פון די איינוואוינער, אדער 50 פראצענט הויז אייגענטומער. און דאן קומט פאר די וואלן.
א ווילעדזש קען זיך אויסגעברייטערט אין מער ווי איין טאון אדער קאונטי. מער פון 70 ווילעדזשעס זענען לאקירט אין צוויי אדער מער טאונס, און 7 ווילעדזשעס זענען אין צוויי קאונטיס. די 'סעראנאק' ווילעדזש איז אין דריי טאונס און צוויי קאונטיס.
העמלעט
א העמלעט, דערפל, אין ניו יארק שטאַט באדייט א באזעצטע געגנט אין א טאון וועלכע איז נישט א חלק פון א ווילעדזש. די טערמין 'העמלעט' איז נישט א באגרעניצונג פון די ניו יארקער געזעץ (אזויווי סיטיס, טאונס און ווילעדזשעס), אבער ווערט אפט באנוצט אין די סטעיט געזעצן צו באצייכענען א באקאנטע באזעצטע געגנט אין טאונס וועלכע זענען נישט פאראייניגט אונטער א ווילעדזש.
א העמלעט האט נישט קיין לעגאלע סטאטוס און איז אנגעוויזן אויפן טאון אין וועלכע זי געפינט זיך צו באקומען סערוויסעס און פירערשאפט. די געגנט פון א העלמעט מוז נישט זיין גענוי באגרעניצט און קען זיך פשוט אריינפאסן צו די זיפ קאוד פון איר 'פאסט אפיס', אדער ביי איר סקול אדער פייער דיסטריקט. איינוואוינער פון א העמלעט וועלן על פי רוב זיך אידענטיפיצירן מיט די העמלעט נאמען ליבערשט ווי די טאון נאמען. געוויסע העמלעט'ס וועלכע זענען נאענט צו גרעסערע געגנטער וועלן צומאל זיין א חלק פון די סיטי'ס און ווערן באטראכט ווי שכנים, אבער זיי זענען נאך אלץ אונטער די קאנטראל פונעם טאון.
העמלעט'ס ווערן צומאל אנגערופן "אומפאראייניגטע געזעלשאפט" (ענגליש: unincorporated community).
אויסשליסליכע אפטיילונגען נעמען פאר ניו יארק סיטי
בארא
דאס מערסטע באקאנטע איבערטייטש אין אידיש איז די טערמין 'פערטל' וועלכע פלעגט היפש באנוצט ווערן אין דער אלטער היים אין אייראפע ("דאס אידישע פערטל"). דאס באדייט א געגנט מיט אן אייגענע פירערשאפט.
באראו ווערט בלויז באנוצט אין ניו יארק סיטי, און עס איז נישטא קיין שום אנדערע פלאץ אין ניו יארק סטעיט וועלכע באנוצן זיך מיט דעם טערמין. א באראו רעפלעקירט די אייגנארטיגע וועג וויאזוי ניו יארק סיטי האט זיך אויפגעבויט. אונטערן געזעץ פון ניו יארק סטעיט איז א באראו א רעזולטאט ווען די טאונס, ווילעדזשעס אדער סיטיס אין א קאונטי באשליסן זיך צו פאראייניגן מיט איר אייגענע קאונטי זעלבסט.
די פינף באראס אין ניו יארק סיטי זענען:
- די בראנקס (בראנקס קאונטי)
- ברוקלין (קינגס קאונטי)
- מאנהעטן (ניו יארק קאונטי)
- קווינס (קווינס קאונטי)
- סטעטן איילענד (ריטשמאנד קאונטי)
די באראס זענען ארגינעל באשטימט געווארן צו אנהאלטן געוויסע לאקאל פירערשאפט אין די פאראייניגטע סיטי וועלכע איז געגרינדעט געווארן אין יארע 1898. יעדע בארא באזונדער ערוויילט א "בארא פרעזידענט". די "שטאַט פון ניו יארק לאקעל גאווערמענט הענד-בוק" זאגט אז: "די פינף באראוס אין ניו יארק סיטי פונקציאנירט ווי קאונטיס פאר געוויסע מאטיוון, כאטש זיי זענען נישט אזוי ארגאניזירט און זיי אפערירן נישט ווי קאונטי גאווערמענטס".
וואס עס איז דאס מערסטע ספעציעל אין די 5 באראוס, מער ווי א געווענליכע קאונטי, איז דאס אויסקלויבן א באזונדערע דיסטריקט אטורני פאר יעדע באראו באזונדער. די דיסטריקט אטורני סיסטעם אין די פינף באראוס פאררופן זיך אויף די נאמען פון די קאונטי און נישט פון די באראו, למשל די ברוקלין דיסטריקט אטורני רופט זיך "קינגס קאונטי דיסטריקט אטורני".
קאמיונעטי בארד
א קאמיונעטי בארד איז א לאקאלע פארשטייער קערפערשאפט, וועלכע ווערן נישט ערוועלט. יעדע באורד באשטייט פון פופציג אומבאצאלטע מעמבער'ס באשטימט דורך די באראו'ס פרעזידענט. העלפט פון די מעמבערס זענען נאמינירט דורך די סיטי קאונסיל מעמבערס וועלכע רעפרעזענטירן די געגנט. די כח פון א קאמיונעטי באורד איז זייער באגרעניצט, זיי סערווירן אלץ יועצים בנוגע זאונינג און לאנד, בודזשעט און אנדערע געברויכן פון די קאמיונעטי. די בארד קען רעקאמענדירן אקטיוויטעטן בשייכות מיט די סיטי גאווערמענט, אבער זיי קענען עס נישט ארויפצוואונגען. עס זענען פארהאן 59 קאמינעטי בארדס, וועלכע ווערן אידענטיפיצירט ביי א בארא און א נומער (למשל, ברוקלין קאמיונעטי בארד 3 וכדומה).
- ברוקלין אידישע קאמיונעטי בארד [1].
געגנט
איינצוטיילן געגנטן איז א אנגענומענע זאך איבער דער גאנצער וועלט. א געגנט (ענגליש: neighbourhood) איז א פשוטע אידענטיפיקאציע מיטל, אז דאס וואוין ארט זאל זיך אידענטיפיצירן מער ספעציפיש ווען מען קאמיוניקירט מיט אנדערע. א געגנט קען זיך געפונען אין סיי וועלכע פון די אלע אויבנדערמאנטע דיוויזיעס. עס טראגט כמעט נישט קיין לעגאלע געוויכט מיט זיך, ניטאמאל אויף די פאסט שרייבט מען ארויף דעם געגנט נאמען, (בלויז די קאונטי|בארא און דעם שטאַט). פארט געבט דאס אפטמאל אפיציעלע סעמי-אפיציעלע סטאטוס'ן, ווי א "נעיבערהאוט אסוסיאציע" אדער א "בלאק וואטש".
אידישע געגנטן
ברוקלין, ניו יארק סיטי
- וויליאמסבורג, בארא פארק, פלעטבוש און קרוין הייטס זענען אלע געגנטן (neighborhoods) אין ברוקלין בארא.
ראמאפא טאון, ראקלאנד קאונטי
- מאנסי איז א העמלעט.
- ספרינג וואלי איז א ווילעדזש, גרעניצט זיך מיט מאנסי.
- כתר איז א ווילעדזש פון וויזניצער חסידים גרעניצט זיך מיט מאנסי.
- ניו סקווירא איז א ווילעדזש אפאר מינוט אוועק פון מאנסי.
פאלם טרי טאון, ארענדזש קאונטי
- קרית יואל איז א ווילעדזש.
דרויסנדע לינקס
פירערשאפט אפטיילונגען איבער די וועלט אין דער ענגלישער וויקיפעדיע
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!