אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי חנינא הורוויץ"
ק (החלפת טקסט – "ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]" ב־"ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]]") |
(וויקיפּעדיע אנטיק) |
||
שורה 31: | שורה 31: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]] | [[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]] | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקיפּעדיע אנטיק]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 11:01, 14 יאנואר 2024
רבי חנינא הורוויץ זצ"ל (ה'תקפ"ב - ב' חשוון ה'תרמ"ב), רב אין אולינוב.
אפשטאם
רבי חנינא איז געבוירן אין יאר ה'תקפ"ב (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב יעקב הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב, א זון פון רבי מנחם מענדל רובין, רב אין לינסק באקאנט אלס רבי מענדעלע לינסקער. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב אברהם מרדכי פון פינטשוב.
רבנות
פון יאר ה'תרל"ב איז רבי חנינא געווען רב אין אולינוב.
הסתלקות
רבי חנינא איז נפטר ב' חשוון ה'תרמ"ב.
פאמיליע
רבי חנינא האט געהייראט א טאכטער פון זיין פעטער הרב רבי אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. זייערע קינדער:
- הרב חיים יעקב הורוויץ (ה'תרי"א - ה'תרע"ה (אומגעפער) ), ממלא מקום פון פאטער, רב אין אולינוב.
- די ווייב פון הרב יהושע פרענקל.
- די ווייב פון הרב יחיאל וואגשאל (ה'תקפ"א - כ"ז מנחם אב ה'תרמ"ג), רב אין פריסטיק.
- די ווייב פון הרב מרדכי דוד טייטלבוים.
- מרת אסתר, די ווייב פון הרב צבי הירש שפירא, דער דרכי תשובה.
- מרת פרידא, די ווייב פון הרב אפרים זלמן רוקח.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!