אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי דוד פרידמאן (פלויעשט)"
ק (החלפת טקסט – "[[דוד פרידמאן" ב־"[[רבי דוד פרידמאן") |
({{קרד/ויקי/יידיש}}) |
||
שורה 37: | שורה 37: | ||
[[קאַטעגאָריע:באערדיגט אין נחלת יצחק ת"א]] | [[קאַטעגאָריע:באערדיגט אין נחלת יצחק ת"א]] | ||
[[he:דוד פרידמן (פלוישט)]] | [[he:דוד פרידמן (פלוישט)]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 14:00, 18 יולי 2024
רבי דוד פרידמאן הי"ד (ה'תרנ"ח - כ"ז חשוון ה'תש"א) פון פלויעשט.
אפשטאם
רבי דוד'ל איז געבוירן אין שפיקאוו אין יאר ה'תרנ"ח, צו זיין פאטער הרב שלום יוסף פרידמאן פון שפיקאוו, א זון פון הרב רבי דוד פרידמאן, פון באהוש, א זון פון הרב יצחק פרידמאן פון באהוש, א זון פון הרב רבי שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב רבי אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת פייגא א טאכטער פון הרב מרדכי טווערסקי, פון שפיקאוו.
רבנות
אין יאר ה'תר"צ האט רבי דוד'ל זיך אריבערגעצויגן קיין פלויעשט אין געגרינדערט דארט זיין בית המדרש, ווי ער האט אנגעפירט מיט זיין רעביסטעווע.
אין אנפאנג פון יאר ה'תש"א איז רבי דוד'ל באשולדיגט געווארן דורך די פאשיסטין "די אייזערנע געווארדיע" אלס מיטארבייטער פון די קאמאניסטן, און מען האט אים ארעסטירט אלס פאררעטער, נאך א קורצע צייט האט מען אים פאראורטיילט צום הארגענען, צוזאמען מיט נאך צען אידן. די טעג ביז צום אויספירן פון דער טויטשטראף, האבן די רוצחים אים געפייניגט אויף א שרעקליכן אויפן, אבער זיין גייסט האבן זיי אים נישט צובראכן.
הסתלקות
רבי דוד'ל איז אומגעקומען אויף קידוש השם כ"ז חשוון ה'תש"א הי"ד, זיין ארון האט מען ארויפגעברענגט אין יאר ה'תשכ"ט קיין ארץ ישראל אין ער ליגט אין חלקת נחלת יצחק אין תל אביב.
זיין רביצין מרת בת-שבע איז נפטר געווארן י"ז חשוון ה'תשכ"ד אין ליגט אין חלקת נחלת יצחק אין תל אביב.
פאמיליע
רבי דוד'ל האט געהייראט מרת בת-שבע א טאכטער פון הרב אהרן טווערסקי, פון אזשארניץ. זייער טאכטער:
- די ווייב פון ר ישראל חיים לבנון פון חיפה
זעט אויך
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו (16)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!