אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ביאלע (חסידות)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "[[אליהו שטערנבוך" ב־"[[רבי אליהו שטערנבוך")
ק (החלפת טקסט – "פאנאוועזשער" ב־"פאניוועזשער")
שורה 26: שורה 26:
****הרב אברהם משה, האט געהייראט פערל מלכה, טאכטער פון [[רבי שמואל האלפערט|שמעלקא האלפערט]].
****הרב אברהם משה, האט געהייראט פערל מלכה, טאכטער פון [[רבי שמואל האלפערט|שמעלקא האלפערט]].


דריי ברידער זענען אנגעקומען קיין ארץ ישראל מיט דער עלייה פון [[טעהראנער קינדער]]. און זיי זענען אריין לערנען אין דער [[פאנאוועזשער ישיבה]].  
דריי ברידער זענען אנגעקומען קיין ארץ ישראל מיט דער עלייה פון [[טעהראנער קינדער]]. און זיי זענען אריין לערנען אין דער [[פאניוועזשער ישיבה]].  


נאך דער פטירה פון ר' יחיאל יהושע האבן די חסידים וואס זענען געווען ביי רבי יחיאל יהושע זצוק"ל מכתיר געווען דעם יונגסטן זון הרב ר' בן ציון שליט"א אלס רבי. ער איז אויך געווארן דער שטאטס רב פון דער חשובע [[לוגאנא]] קהילה אין דער [[שווייץ]] נאך פאר זיין טאטנ'ס פטירה. און איז באקאנט אלס גרויסע גאון און למדן, און מחבר פון צענדליגע ספרים "מבשר טוב" פון שיעורים און חידושים על הש"ס, און מיט צענדליגע ספרים "מבשר טוב" בחסידות.
נאך דער פטירה פון ר' יחיאל יהושע האבן די חסידים וואס זענען געווען ביי רבי יחיאל יהושע זצוק"ל מכתיר געווען דעם יונגסטן זון הרב ר' בן ציון שליט"א אלס רבי. ער איז אויך געווארן דער שטאטס רב פון דער חשובע [[לוגאנא]] קהילה אין דער [[שווייץ]] נאך פאר זיין טאטנ'ס פטירה. און איז באקאנט אלס גרויסע גאון און למדן, און מחבר פון צענדליגע ספרים "מבשר טוב" פון שיעורים און חידושים על הש"ס, און מיט צענדליגע ספרים "מבשר טוב" בחסידות.

רעוויזיע פון 23:10, 11 פעברואר 2024

רבי דוד מתתיהו פון ביאלא בני ברק

ביאלא איז א חסידות וואס שטאמט פון רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש פון ביאלע.

דער ערשטער רבי איז געווען רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש, מחבר פון "דברי בינה". זיין פאטער איז געווען רבי נתן דוד פון שידלאווצע, א זון פון ירחמיאל פשיסחער, דער זון פונעם ייד הקדוש, און זיין שווער איז געווען רבי יהושע אסטראווער, א זון פון רבי שלמה לייב פון לענטשנא, א תלמיד פון איד הקדוש.

נאך זיין שווערס פטירה אין תרל"ג, האט מען אים געקרוינט מיט אדמו"רות. צו אים זענען געקומען די חסידים פון זיין פאטער און אויך די חסידים פון זיין שווער. ווען ער איז נפטר געווארן אין תרס"ה האט ער איבערגעלאזט פיר זין:

דער יוגנסטער זון פון רבי יצחק יעקב איז געווען

  • ירחמיאל צבי פון שעדליץ (נפ' ז' חשון תרס"ו), וואס איז געווען א רבי נאר א האלב יאר, און שפעטער האט מען ממנה געווען זיין זון רבי יחיאל יהושע פאר דער ממשיך השושלת.
    • יחיאל יהושע (תרס"א - כ"א שבט תשמ"ב), מחבר פון "חלקת יהושע", איז געווען באוואוסט פאר זיין עבודת השם, תפילה בהתלהבות פון פאר דער עלות ביז מנחה, פרישות און קדושה. זיינע קינדער זענען:
      • רבי ירחמיאל צבי יהודה פון ביאלא פשיסחא (אין ירושלים) - האט געהייראט מרת גאלדא (נפ' אדר א' תשע"ד), טאכטער פון ר' אהרן משה גאליצקי פון לוגאנא.
        • רבי ברוך לייב פון ביאלא פשיסחא (אין לאנדאן)
        • רבי שמחה בנציון אייזיק, איידעם פון שמעלקא האלפערט. מחבר פון "פסקי תשובות".
      • רבי יעקב יצחק פון ביאלא-רמת אהרן (נפ' אלול תש"ע)
        • רבי דוד ירחמיאל צבי פון ביאלא-רמת אהרן, מחבר פון "עיוני הלכות".
      • דוד מתתיהו פון ביאלא-בני ברק (כ"ד שבט תרפ"ח - כ"ה תשרי תשנ"ח).
      • רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון פון ביאלא, דעם רב פון לוגאנא און בעל מחבר ספרי מבשר טוב.

דריי ברידער זענען אנגעקומען קיין ארץ ישראל מיט דער עלייה פון טעהראנער קינדער. און זיי זענען אריין לערנען אין דער פאניוועזשער ישיבה.

נאך דער פטירה פון ר' יחיאל יהושע האבן די חסידים וואס זענען געווען ביי רבי יחיאל יהושע זצוק"ל מכתיר געווען דעם יונגסטן זון הרב ר' בן ציון שליט"א אלס רבי. ער איז אויך געווארן דער שטאטס רב פון דער חשובע לוגאנא קהילה אין דער שווייץ נאך פאר זיין טאטנ'ס פטירה. און איז באקאנט אלס גרויסע גאון און למדן, און מחבר פון צענדליגע ספרים "מבשר טוב" פון שיעורים און חידושים על הש"ס, און מיט צענדליגע ספרים "מבשר טוב" בחסידות. זיינע בתי מדרשים זענען פארשפרייט אין גאנץ ארץ ישראל: אין ירושלים צוויי בתי מדרשים חוץ פון דעם גרויסן בית המדרש פון דעם רבי'ן אין עזרת תורה געגנט, אין בני ברק צוויי בתי מדרשים, אין בית שמש צוויי בתי מדרשים, אין ביתר צוויי בתי מדרשים, אויך שטיבלעך אין צפת, חיפה, אשדוד און מודיעין עילית, און אין לאנדאן, ענגלאנד. און הונדערטער בחורים און משפחות זענען זיך מסתופף בצל קדשו.

ביים סוף פון דער שבעה פונעם חלקת יהושע, האט מען אויפגענומען ר' דוד מתתיהו, וואס האט אויף געשטעלט און געווען ראש ישיבה פון ביאלער ישיבה, צו ווערן רב פון די ביאלער חסידים אין בני ברק.[1] אפאר חדשים נאך דער פטירה פון זיין טאטן איז ער אויך געווארן רבי, און א טייל פון זיין טאטנ'ס חסידים זענען געקומען צו אים און מכתיר געווען. זיין בית המדרש האט ער אויפגעמאכט אין בני ברק, און ירושלים. [2] ער איז געווען באוואוסט פאר זיין ווארעמען דאווענען.

רעפערענצן

  1. המודיע, שבט תשמ"ב, במלואת השבעה לפטירתו: באותו מעמד הוכתר בנו הרה"ג רבי דוד מתתיהו שליט"א ראש ישיבת ביאלא ב"ב לרבם של חסידי ביאלא בב"ב"
  2. אידישע ווארט, גליון 230 אדר - ניסן תשמ"ב.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!