אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יהושע העשיל הורוויץ"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "[[ברוך תאומים-פרענקל" ב־"[[רבי ברוך תאומים-פרענקל")
ק (החלפת טקסט – "ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]" ב־"ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]]")
שורה 25: שורה 25:
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]]

רעוויזיע פון 18:41, 20 דעצעמבער 2023

רבי יהושע העשיל הורוויץ (ה'תרט"ז - ד' אב ה'תש"ג) איז געווען רב אין כענטשין און דערנאך אין עלקוש. אין יאר תרע"ו ווען ער איז געווען אין עלקוש האט ער אנגעהויבן פירן א הויף. ער איז געווען גערופן דער "זקן האדמורי"ם" אין פוילן. ער איז געווען באוואוסט איבער גאנץ פוילן אלס גרויסער בעל מופת.

ער איז אומגעקומען ביי דער חורבן אייראפע.

אפשטאם

רבי יהושע העשיל איז געבוירן אין יאר תרט"ז צו זיין פאטער רבי חיים שמואל שטערנפעלד-הורוויץ פון כענטשין, א זון פון רבי אליעזר, א זון פון רבי צבי וואס איז געווען א זון פונעם חוזה פון לובלין, און צו זיין מוטער מרת שרה'לה, די טאכטער פון רבי יהושע העשיל תאומים-פרענקל פון קאמארנע, א זון פון הרב רבי ברוך תאומים-פרענקל, דער "ברוך טעם".

הסתלקות

ביי דער אקציע אין עלקוש האבן די געסטאפא אים געשיקט מיט אנדערע קיין סאסנאווצע, וואו ער האט געוואוינט צוזאמען מיט זיין איידעם רבי ישעיה גליקמאן און זיין משפחה. זיינע חסידים האבן אים געבעטן ער זאל זיך שערן די בארד כדי די נאציס זאלן אים נישט דערקענען און אוועקשיקן אין א טויט לאגער. ער האט אבער נישט מסכים געווען. ווען מען האט אים ארויפגענומען ד' אב תש"ג אויף דער טויט באן האט ער געהאלטן זיין בארד און פיאות. א דייטשער זעלנער האט אנגעכאפט זיין בארד און אנגעהויבן אויסרייסן די האר. האט ער געשריגן "ריר נישט אן מיין בארד מיט דיינע טמא'דיגע הענט". דער זעלנער האט אים באלד געשאסן מיט זיין ביקס ווען דער רבי שרייט "שמע ישראל ד' אלקינו ד' אחד".[1]

ער איז געווען קרוב צו די ניינציג ווען ער איז אומגעבראכט געווארן.

זעט אויך

כענטשין

רעפערענצן

  1. יצחק אלפסי, תורת החסידות, צווייטער באנד, עמ' 68 (ירושלים תשס"ט)

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!