אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי חיים יצחק טווערסקי"
ק (החלפת טקסט – "[[חיים האלבערשטאם" ב־"[[רבי חיים האלבערשטאם") |
ק (החלפת טקסט – "[[מנחם נחום טווערסקי" ב־"[[רבי מנחם נחום טווערסקי") |
||
שורה 3: | שורה 3: | ||
==אפשטאם== | ==אפשטאם== | ||
'''רבי (חיים) יצחק''' איז געבוירן אין יאר [[ה'תרמ"ו]] <small>(אומגעפער)</small> צו זיין פאטער הרב '''[[אברהם יהושע העשיל טווערסקי (לאיעוו)|אברהם יהושע העשיל טווערסקי]]''', פון [[טשודנאוו]], א זון פון הרב מרדכי טווערסקי, פון [[לאיעוו]], א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי, פון לאיעוו, א זון פון הרב [[אהרן טווערסקי פון טשערנאביל]], א זון פון [[רבי מרדכי טווערסקי]], דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב [[מנחם נחום טווערסקי]] פון [[טשערנאביל]], דער מאור עינים. און צו זיין מוטער מרת '''יוכבד''' א טאכטער פון הרב '''יעקב שפירא''', פון [[דעלאטין]], אן אייניקל פון [[רבי פנחס קאריצער]]. | '''רבי (חיים) יצחק''' איז געבוירן אין יאר [[ה'תרמ"ו]] <small>(אומגעפער)</small> צו זיין פאטער הרב '''[[אברהם יהושע העשיל טווערסקי (לאיעוו)|אברהם יהושע העשיל טווערסקי]]''', פון [[טשודנאוו]], א זון פון הרב מרדכי טווערסקי, פון [[לאיעוו]], א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי, פון לאיעוו, א זון פון הרב [[אהרן טווערסקי פון טשערנאביל]], א זון פון [[רבי מרדכי טווערסקי]], דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב [[רבי מנחם נחום טווערסקי]] פון [[טשערנאביל]], דער מאור עינים. און צו זיין מוטער מרת '''יוכבד''' א טאכטער פון הרב '''יעקב שפירא''', פון [[דעלאטין]], אן אייניקל פון [[רבי פנחס קאריצער]]. | ||
==רבנות== | ==רבנות== |
רעוויזיע פון 13:40, 17 דעצעמבער 2023
רבי (חיים) יצחק טווערסקי זצ"ל (ה'תרמ"ו - כ"ד ניסן ה'תש"ג), פון לאיעוו.
אפשטאם
רבי (חיים) יצחק איז געבוירן אין יאר ה'תרמ"ו (אומגעפער) צו זיין פאטער הרב אברהם יהושע העשיל טווערסקי, פון טשודנאוו, א זון פון הרב מרדכי טווערסקי, פון לאיעוו, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי, פון לאיעוו, א זון פון הרב אהרן טווערסקי פון טשערנאביל, א זון פון רבי מרדכי טווערסקי, דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב רבי מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים. און צו זיין מוטער מרת יוכבד א טאכטער פון הרב יעקב שפירא, פון דעלאטין, אן אייניקל פון רבי פנחס קאריצער.
רבנות
נאך א צייט וואס ער איז געווען אין מוזשיר האט זיך רבי חיים יצחק געצויגן קיין קיעוו אין יאר ה'תרפ"ג וואו ער האט געהאט אן ערלויבניש פון דער רעגירונג צו פירן א בית מדרש מיט געציילטע מענטשן. שפעטער האט מען אנולירט זיין ערלויבניש אבער ער האט געפראוועט דארט ווייטער די רביסטעווע באהאלטענעהייט, מיט א א בית מדרש, א מקווה און א מלמד פאר חדר אינגלעך. אין יאר ה'תרצ"ז איז ער דערפאר איינגעזעצט אין טורמע אין קיעוו, וואו מ'האט נישט אריינגעלאזט קיין כשר עסן. שפעטער האט מען אים געמשפטעט צו אכט יאר גלות אין סיביר.
הסתלקות
רבי חיים יצחק איז נפטר געווארן אין סיביר כ"ד ניסן ה'תש"ג.
זיין פאמיליע
רבי חיים יצחק האט געהייראט מרת רעכיל דבורה א טאכטער פון הרב יצחק ישעיה האלבערשטאם הי"ד, רב אין טשחויוו, דער יונגסטער זון פון הרב רבי חיים האלבערשטאם דער צאנזער רב. זייערע קינדער:
- פריידא (געשטארבן יונגערהייט)
- הרב יעקב טווערסקי פון ארץ ישראל.
- הרב מרדכי טווערסקי הי"ד.
- הרב משולם זוסיא טווערסקי (ה'תרע"ו - ה'תשמ"ח), טשערנאבילער רבי פון בני ברק.
- הרב מנחם נחום טווערסקי, טשערנאבילער רבי פון בני ברק, ער האט געהייראט מרת נחמה א טאכטער פון הרב אלחנן היילפרין, פון לאנדאן.
- מרת חנה די ווייב פון הרב ישראל האגער, פון וויזשניץ.
- הרב ישעיה טווערסקי, טשערנאבילער רבי פון בארא פארק.
- הרב חיים יצחק טווערסקי
- די ווייב פון הרב ניסן ראזענבוים פון קרעטשניף
- הרב יהושע העשיל טווערסקי, ער האט געהייראט מרת מרים חנה א טאכטער פון הרב אהרן מרדכי ראטנער.
- הרב דוד יחיאל טווערסקי.
- מרת רבקה מרים.
- מרת יוכבד.
- מרת מירל
זעט אויך
רעפערענצען
- מאורי אור
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ספר היחס מטשרנוביל, אהרן דוד טווערסקי
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!