אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הדלקה עושה מצוה"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(←‏אין הלכה: פארברייטערט איבער שייכות פון כבתה)
(←‏אין בית המקדש: גענצליך איבערגעשריבן (די הכרח איז שוין פון סוגית הגמרא אן רש"י, משך זמן המצוה און כבתה זענען צוויי באזונדערע - כאטש פארבינדענע - שאלות חוץ פון הדלקה/הנחה, הדלקה כשירה בזר קומט אינגאנצן נישט אריין, דער כס"מ איז אינגאנצן נישט נוגע, שיח יצחק און צפנת פענח זענען אנדערע שיטות, וכו'))
צייכן: רעף-פאנטשער
שורה 27: שורה 27:


== אין בית המקדש ==
== אין בית המקדש ==
פון רש"י ווייזט אויס אז אויך אין [[בית המקדש]] איז [[הדלקת הנרות אין בית המקדש|די מצוה]] געווען נאר צו אנצינדן די ליכט, און נישט אז עס זאל ברענען{{הערה|{{בבלי|שבת|כב|ב|מפרש=רש"י|ד"ה=אי הדלקה עושה מצוה}}}}. אבער לויט אנדערע{{הערה|{{רמב"ם|ביאת המקדש|ט|ז|מפרש=כסף משנה}}; דער [[רבי יוסף ראזין|ראגאטשאווער]] אין צפנת פענח, הל’ מתנות עניים, פרק ב, סעיף ח; שיח יצחק אויף {{בבלי|יומא|כד|ב|מפרש=תוספות ישנים}}.}} איז אין בית המקדש געווען די מצוה אז די גאנצע צייט זאל זיין אנגעצינדן די ליכט, וואס דערפאר אויב האט זיך עס פארלאשן האט מען געדארפט איבערצינדן, נישט ווי ביי חנוכה וואס [[כבתה זקוק לה|כבתה אין זקוק לה]], ווי אויך האט א זר (נישט קיין [[כהן]]) געקענט אנצינדן אינדרויסן די ליכט וואס מען האט דערנאך אריינגעפירט און געשטעלט אויפן ארט אין [[מנורה]], אנדערש פון חנוכה ליכט וואס מען איז נישט יוצא אויף דעם וועג.
{{הויפט ארטיקל|הדלקת הנרות אין בית המקדש}}
פון די גמרא קומט אויס אז אויך ביי די [[הדלקת הנרות אין בית המקדש|הדלקת הנרות]] אין [[בית המקדש]] איז הדלקה עושה מצוה{{הערה|זעט אויך {{בבלי|שבת|כב|ב|מפרש=רש"י|ד"ה=אי הדלקה עושה מצוה}}}}, און אזוי נעמען אן פילע אחרונים{{הערה|מנחת חינוך, מצוה צח אות ט'; ספר החיים, סימן תרעה סעיף א'; שו"ת שואל ומשיב, רביעאה חלק ב', סימן קנ; עמודי אור, סימן מ' אות ב'.}}. דאקעגן, פון רמב"ם און ראב"ד{{הערה|{{רמב"ם|ביאת המקדש|ט|ז}}}} ווייזט אויס אז אויב צינדט מען די [[מנורה]] אינדרויסן פון [[היכל]] און מען טראגט עס אריין דערנאך איז עס כשר, וואס שטימט לכאורה נישט מיט די אויבנדערמאנטע הלכה אז אויב הדלקה עושה מצוה דארף די הדלקה זיין אויפן ריכטיגן ארט{{הערה|עץ החיים פרשת בהעלותך ד"ה וליתא, געברענגט אין {{רמב"ם|חנוכה|ד|ט|מפרש=מעשה רוקח}}; מנחת חינוך, מצוה צח אות ט'.}}. טייל אחרונים לערנען אז לויט די מסקנא איז דאס צינדן אויפן ריכטיגן ארט נישט מעכב, אויך אויב הדלקה עושה מצוה{{הערה|בתי כנסיות, בית אבטינס בית ז, ד"ה עוד הקשה; שו"ת תשובה מאהבה, אורח חיים סימן רפח; שו"ת בית יצחק, יורה דעה חלק ב' סימן לא; שו"ת ערוגת הבשם, אורח חיים סימן ס' און סימן רד אות ג'.}}.
 
פארהאן ווער עס ערקלערט אנדערש דעם רמב"ם, אז עס פעלט אינגאנצן נישט אויס אריינצוטראגן די מנורה אין היכל, נאר אינדרויסן איז אויך א כשר ארט דערפאר{{הערה|דרשות חתם סופר חלק א', דף סז, א}}. אנדערע זענען מחדש, אז כאטש הדלקה עושה מצוה ציט זיך אבער די מצוה די גאנצע צייט וואס די מנורה ברענט, אנדערש ווי די חנוכה ליכט וואו עס איז נאר די רגע וואס מען צינדט עס אן, און דערפאר ווערט די מצוה אויסגעפירט מיט דעם וואס עס ברענט ווייטער אינעווייניג צוליב די הדלקה פונדרויסן{{הערה|שיח יצחק אויף {{בבלי|יומא|כד|ב|מפרש=תוספות ישנים|ד"ה=הדלקת}}; שו"ת תשובה מאהבה, אורח חיים סימן רפח; מהר"ם שיק, מצוה צח אות ב'; שו"ת בית יצחק, יורה דעה חלק ב' סימן לא; מנחת סולת, מצוה צח ד"ה והנה ראיתי; דבר אברהם, חלק ג' סימן א' אות יד; גור אריה יהודה, מועדים, סימן יט אות יד.}}{{ביאור|לויט דעם איז עס נאר כשר אויב ווערט עס געצינדן דורך א בר דעת; די סיבה פארוואס עס איז כשר ווען א זר צינדט עס איז ווייל עס איז אינגאנצן נישט פארהאן קיין דין [[כהן|כהונה]] ביי די הדלקת המנורה און דער זר הייסט דער זעלבער מחויב במצוה (דבר אברהם, חלק ג' סימן א' אות יד).}}. טייל נעמען אבער אן אז אין בית המקדש איז געווען הנחה עושה מצוה{{הערה|שפת אמת אויף שבת כב, ב; שו"ת אבני נזר, אורח חיים סימן תקה אות ב' דער [[רבי יוסף ראזין|ראגאטשאווער]] אין צפנת פענח, הל’ מתנות עניים עמ' 66; כלי חמדה, פרשת תצוה אות ב'; חזון איש, מנחות סימן ל' אות ח'; פתי מנחה, מצוה צח אות ז}}.
 
ליכט פון די מנורה וואס האט זיך פארלאשן אינמיטן די נאכט האט מען געדארפט איבערצינדן{{הערה|{{בבלי|מנחות|פח|ב|מפרש=רש"י}}; שו"ת הרשב"א, חלק א' סימן עט.}}, אנדערש ווי די חנוכה ליכט וואו [[כבתה זקוק לה|כבתה אין זקוק לה]]. דאס ווערט ערקלערט לויט די אויבנדערמאנטע וועגן: ווייל אין בית המקדש איז הנחה עושה מצוה{{הערה|שפת אמת אויף שבת כב, ב}}; אדער ציט זיך די מצוה כל זמן עס ברענט{{הערה|ירח למועדים, חנוכה, סימן יא אות ו}}; אדער איז עס א באזונדערע הלכה וואס די תורה האט מקפיד געווען אין בית המקדש, כאטש די מצוה ווערט שוין אויסגעפירט בשעת די מעשה הדלקה, און חז"ל האבן נישט איינגעפירט דעם קפידה ביי די חנוכה ליכט{{הערה|{{בבלי|שבת|כב|ב|מפרש=פני יהושע|ד"ה=תוספות בא"ד ומיהו רב דקאמר}}; הגהות מהר"ץ חיות אויף שבת כב, ב; בית הלוי על התורה, חידושים אויף שבת כא, א.}}. פון חידושי הרמב"ן ווייזט אבער אויס אז אויך אין בית המקדש האט מען נישט געדארפט איבערצינדן א פארלאשענע ליכט{{הערה|שו"ת דברי מלכיאל, חל' ג' סימן ל"ד}}.


== אין חסידות ==
== אין חסידות ==

רעוויזיע פון 10:12, 11 דעצעמבער 2023


פאנטשער-מעלדונג פון א געמיינזאַמער זאַפאַס: גרײַז בײַם באשאפֿן דאס קליינבילד: מ'קען נישט שפייכלערן פארקלענערונג צום ציל
דער אקט פון צינדן די חנוכה ליכט איז די מצוה.

הַדְלָקָה עו֗שָׂה מִצְוָה איז א גדר אין די מצוה פון חנוכה ליכט, וואס באדייט אז די מצוה ווערט אויסגעפירט מיט צינדן די ליכט - נישט מיט שטעלן די ליכט, וואס וואלט געהייסן "הנחה עושה מצוה".

מקור

די גמרא האט אן איבעיא וואס איז דער עיקר אין די מצוה פון חנוכה ליכט, צי "הדלקה עושה מצוה" – דאס עצם צינדן די ליכט, אדער "הנחה עושה מצוה" – דאס וואס די ליכט ווערט געשטעלט אויף א פלאץ וואו ס'ברענגט צו פרסומי ניסא[1]. די ראשונים ערקלערן אז דאס איז זיכער אז צינדן די ליכט איז א חלק פון די מצוה, און די שאלה איז נאר וועלכער טייל איז דער עיקר פון די מצוה[1.1]. אנדערע לערנען אבער אז די צדדים זענען אז בלויז דאס צינדן איז די מצוה אדער בלויז דאס אוועקשטעלן[2].

איבער דעם סדר פון די הדלקה און די הנחה, אויב די הנחה איז די מצוה, זענען צעטיילט די מיינונגען: לויט טייל ראשונים ווערט די מצוה אויסגעפירט מיט די הנחה וואס מען שטעלט אוועק די ליכט ווען זיי זענען שוין געצינדן; ער דארף דעריבער האלטן די ליכט אין האנט ווען ער צינדט, און מאכן די ברכה "עובר לעשייתן" בעפאר ער לייגט עס אראפ, און אויב האט ער געצינדן ווען עס איז שוין געווען אראפגעשטעלט זאל ער ווידער אויפהייבן און אראפשטעלן די ליכט לשם מצוה[1.2]. לויט אנדערע ראשונים קען ער פון פריער אוועקשטעלן די ליכט לשם נר חנוכה און דערנאך עס אנצינדן[3].

די גמרא פירט אויס אז פון דעם וואס ביי די ברכה זאגט מען "אשר קדשנו במצותיו וצונו להדליק נר של חנוכה", איז געדרינגען אז הדלקה עושה מצוה[4]. טייל ראשונים שרייבן אז דאס איז א מחלוקת צווישן די אמוראים, נאר די הלכה בלייבט אז הדלקה עושה מצוה[1.3].

די ראשונים שרייבן אז אויב וואלט הנחה געווען די מצוה, וואלט מען געמאכט א ברכה "להניח נר של חנוכה"[1.4]. איינער פון די ראשונים איז אבער מסופק אז מען וואלט מעגליך דערמאנט ביידע, "להדליק ולהניח"[4.1]; אן אנדערע מעגליכקייט דערמאנט דער פני יהושע: "וצונו על נר חנוכה".

דער טעם דערצו

  • עס זאל זיין גלייך צו די ליכט פון מנורה וואס איז געצינדן געווארן אין בית המקדש, וואס דארט איז דער מצוה דערפון געווען דער צינדן זעלבסט[5].
  • ווייל דער נס חנוכה האט זיך אינגאנצן אפגעשפילט ביים צינדן, מיט דעם וואס די ליכט האבן נישט פארנוצט קיין אויל און דאס גאנצע דערפון איז געבליבן פאר דער קומענדיגער נאכט, דערפאר ווערט דער נס דערמאנט נאר מיטן צינדן[6].

אין הלכה

אין גמרא און הלכה ווערט אויסגעשמועסט פעלער וואו עס קומט אויס א נפקא מינה דערפון וואס די מצוה איז די הדלקה און נישט די הנחה. צווישן זיי:

  • אויב האט געצינדן די ליכט איינער וואס איז נישט מחויב, ווי צום ביישפיל א קליין קינד אדער א גוי, איז נישט גענוג אז דער מחויב במצוה זאל עס שטעלן אויפן ארט, נאר די הדלקה זעלבסט איז נישט גוט און מ'דארף איבערצינדן די ליכט[4].
  • מען מעג אנצינדן פון איין ליכט א צווייטע[4].
  • אויב די חנוכה לאמפ ליגט שוין פון פריער אויפ'ן ארט וואו מ'צינדט, דארף מען עס נישט אוועקשטעלן פונדאסניי לשם מצוה נאר מ'קען גלייך צינדן דערין. טראץ וואס ביי א מצוה דארף מען אלץ אינזין האבן לשם מצוה, איז אבער דאס אוועקשטעלן נישט קיין חלק פון די מצוה[7].
  • אויב האט מען געצינדן די חנוכה ליכט אויף אן ארט וואו לויט די הלכה קען מען דארט נישט יוצא זיין די מצוה, צום ביישפיל העכער צוואנציג אמות[8], האט ער נישט יוצא געווען די מצוה אויך אויב האט מען עס דערנאך אריבערגעפירט פון דארט צו א גוטן ארט, ווייל די מצוה דארף געטון ווערן ביים צינדן[9].
  • ביים אנצינדן דארף שוין זיין גענוג אויל אין ליכטל אז ס'זאל קענען ברענען ווי דער שיעור (א האלבע שעה[10]); אויב פעלט דערפון האט מען נישט יוצא געווען אויך אויב גיסט מען צו אויל ווען עס ברענט שוין[11]. דאס זעלבע איז ווען מען פילט אן א טעלער מיט אויל און מען שטעלט דערין אריין עטליכע קנויטן, וואס די הלכה איז אז מען איז נאר יוצא אויב האט מען ארויפגעשטעלט א כלי וואס טיילט אפ צווישן די פלאמען[12], האט מען נישט יוצא געווען אויב איז די כלי ארויפגעשטעלט געווארן נאכן צינדן[13].
  • דאקעגן, אויב האט זיך די ליכט פארלאשן ווען עס האט נאכנישט געברענט ווי דער שיעור דארף מען דאס נישט איבערצינדן, כבתה אין זקוק לה, ווייל די מצוה האט מען שוין אויסגעפירט ביים צינדן די ליכט[14]. טייל אחרונים קריגן, און נעמען אן אז די צוויי הלכות האבן נישט קיין שייכות: אויך אויב הנחה עושה מצוה וואלט געקענט זיין די הלכה אז מען דארף נישט איבערצינדן, און אויך אויב הדלקה עושה מצוה וואלט געקענט זיין אז מען דארף יא[14.1][15].

אין בית המקדש

פון די גמרא קומט אויס אז אויך ביי די הדלקת הנרות אין בית המקדש איז הדלקה עושה מצוה[16], און אזוי נעמען אן פילע אחרונים[17]. דאקעגן, פון רמב"ם און ראב"ד[18] ווייזט אויס אז אויב צינדט מען די מנורה אינדרויסן פון היכל און מען טראגט עס אריין דערנאך איז עס כשר, וואס שטימט לכאורה נישט מיט די אויבנדערמאנטע הלכה אז אויב הדלקה עושה מצוה דארף די הדלקה זיין אויפן ריכטיגן ארט[19]. טייל אחרונים לערנען אז לויט די מסקנא איז דאס צינדן אויפן ריכטיגן ארט נישט מעכב, אויך אויב הדלקה עושה מצוה[20].

פארהאן ווער עס ערקלערט אנדערש דעם רמב"ם, אז עס פעלט אינגאנצן נישט אויס אריינצוטראגן די מנורה אין היכל, נאר אינדרויסן איז אויך א כשר ארט דערפאר[21]. אנדערע זענען מחדש, אז כאטש הדלקה עושה מצוה ציט זיך אבער די מצוה די גאנצע צייט וואס די מנורה ברענט, אנדערש ווי די חנוכה ליכט וואו עס איז נאר די רגע וואס מען צינדט עס אן, און דערפאר ווערט די מצוה אויסגעפירט מיט דעם וואס עס ברענט ווייטער אינעווייניג צוליב די הדלקה פונדרויסן[22][א]. טייל נעמען אבער אן אז אין בית המקדש איז געווען הנחה עושה מצוה[23].

ליכט פון די מנורה וואס האט זיך פארלאשן אינמיטן די נאכט האט מען געדארפט איבערצינדן[24], אנדערש ווי די חנוכה ליכט וואו כבתה אין זקוק לה. דאס ווערט ערקלערט לויט די אויבנדערמאנטע וועגן: ווייל אין בית המקדש איז הנחה עושה מצוה[25]; אדער ציט זיך די מצוה כל זמן עס ברענט[26]; אדער איז עס א באזונדערע הלכה וואס די תורה האט מקפיד געווען אין בית המקדש, כאטש די מצוה ווערט שוין אויסגעפירט בשעת די מעשה הדלקה, און חז"ל האבן נישט איינגעפירט דעם קפידה ביי די חנוכה ליכט[27]. פון חידושי הרמב"ן ווייזט אבער אויס אז אויך אין בית המקדש האט מען נישט געדארפט איבערצינדן א פארלאשענע ליכט[28].

אין חסידות

רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב לערנט ארויס פון די הלכה אויף עבודת ה' פון די גאנצע יאר, אויסטייטשנדיג: ”הדלקה עושה מצוה, פירוש שלכתחלה צריך האדם לעשות המצוה בהדלקה ובהתלהבות בתשוקה נפלאה”[29].

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. שבת כב, ב
    1. ריטב"א, באזירט אויף רש"י, דארט.
    2. רמב"ן, רשב"א און מאירי, דארט
    3. מאירי, דארט. זעט אויך רמב"ן, דארט, וועלכער דערמאנט עטליכע מאל "למאן דאמר הנחה עושה מצוה".
    4. רמב"ן, דארט. אזוי שרייבט אויך דער פני יהושע, דארט, אין איין וועג.
  2. רבי חזקיה די סילווא, פרי חדש, סימן תרעה סעיף א
  3. תוספות, שבת כג, א, ד"ה מכבה; ריטב"א, שבת כג, א. זעט ראש יוסף, דארט, און פרי מגדים, אורח חיים, סימן תרע"ה, משבצות זהב סק"ג, אז ער קען זיכער אויך אנצינדן פון פריער.
  4. 4.0 4.1 4.2 שבת כג, א
    1. שיטה לר"ן, דארט
  5. טורי זהב, אורח חיים, סימן תרע"ה, סעיף א', באזירט אויף רש"י, שבת כב, ב, ד"ה אי הדלקה עושה מצוה.
  6. שו"ת כתב סופר, חיים, סימן קלו.
  7. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ה, סעיף א'
  8. רבי אברהם דאנציג, חיי אדם, שבת ומועדים, כלל קנ"ד, סעיף כ"ב
  9. משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה ט'; מגן אברהם, אורח חיים, סימן תרע"ה, סעיף קטן ג'.
  10. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ב, סעיף ב'
  11. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ה, סעיף ב'
  12. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"א, סעיף ד'
  13. רבי חזקיה די סילווא, פרי חדש, סימן תרעא סעיף ד
  14. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ג, סעיף ב', באזירט אויף שו"ת הרשב"א, חלק א' סימן תקלט.
    1. טורי זהב, דארט, סק"ב; פרי חדש, דארט, סק"ב; ביאור הגר"א, דארט
  15. מקור חיים, הגהות אויף סימן תר"ע סעיף א'
  16. זעט אויך רש"י, שבת כב, ב, ד"ה אי הדלקה עושה מצוה
  17. מנחת חינוך, מצוה צח אות ט'; ספר החיים, סימן תרעה סעיף א'; שו"ת שואל ומשיב, רביעאה חלק ב', סימן קנ; עמודי אור, סימן מ' אות ב'.
  18. משנה תורה לרמב"ם, הלכות ביאת מקדש, פרק ט', הלכה ז'
  19. עץ החיים פרשת בהעלותך ד"ה וליתא, געברענגט אין מעשה רוקח, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה ט'; מנחת חינוך, מצוה צח אות ט'.
  20. בתי כנסיות, בית אבטינס בית ז, ד"ה עוד הקשה; שו"ת תשובה מאהבה, אורח חיים סימן רפח; שו"ת בית יצחק, יורה דעה חלק ב' סימן לא; שו"ת ערוגת הבשם, אורח חיים סימן ס' און סימן רד אות ג'.
  21. דרשות חתם סופר חלק א', דף סז, א
  22. שיח יצחק אויף תוספות ישנים, יומא כד, ב; שו"ת תשובה מאהבה, אורח חיים סימן רפח; מהר"ם שיק, מצוה צח אות ב'; שו"ת בית יצחק, יורה דעה חלק ב' סימן לא; מנחת סולת, מצוה צח ד"ה והנה ראיתי; דבר אברהם, חלק ג' סימן א' אות יד; גור אריה יהודה, מועדים, סימן יט אות יד.
  23. שפת אמת אויף שבת כב, ב; שו"ת אבני נזר, אורח חיים סימן תקה אות ב' דער ראגאטשאווער אין צפנת פענח, הל’ מתנות עניים עמ' 66; כלי חמדה, פרשת תצוה אות ב'; חזון איש, מנחות סימן ל' אות ח'; פתי מנחה, מצוה צח אות ז
  24. רש"י, מנחות פח, ב; שו"ת הרשב"א, חלק א' סימן עט.
  25. שפת אמת אויף שבת כב, ב
  26. ירח למועדים, חנוכה, סימן יא אות ו
  27. פני יהושע, שבת כב, ב, ד"ה תוספות בא"ד ומיהו רב דקאמר; הגהות מהר"ץ חיות אויף שבת כב, ב; בית הלוי על התורה, חידושים אויף שבת כא, א.
  28. שו"ת דברי מלכיאל, חל' ג' סימן ל"ד
  29. קדושת לוי, פירושי אגדות.


קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער


ציטירן פאנטשער: ס'זענען דא <ref> טעגס פאַר א גרופע וואס הייסט "hebrew", אבער מ'האט נישט געטראפן קיין <references group="hebrew"/> טעג אנטקעגן, אדער א שליסנדיגער </ref> פעלט.