אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חד גדיא"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "({{היברובוקס|{{אוצר החכמה\|)(.*?)עמוד=(.*?)}}" ב־"$1$2page=$3}}")
שורה 154: שורה 154:
[[קאַטעגאָריע:אלט-אידישע לידער]]
[[קאַטעגאָריע:אלט-אידישע לידער]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[קאַטעגאָריע:אנאנימע ווערק]]
[[קאַטעגאָריע:אראמישע לידער]]
{{אבן הפינה ארטיקל}}
{{אבן הפינה ארטיקל}}
[[HE:חד גדיא]]
[[HE:חד גדיא]]

רעוויזיע פון 15:34, 12 נאוועמבער 2023

חד גדיא

חַד גַּדְיָא, חַד גַּדְיָא, דְּזַבִּין אַבָּא בִּתְרֵי זוּזֵי, חַד גַּדְיָא, חַד גַּדְיָא.

וַאֲתָא שׁוּנְרָא, וְאָכְלָא לְגַדְיָא, דְּזַבִּין אַבָּא בִּתְרֵי זוּזֵי, חַד גַּדְיָא, חַד גַּדְיָא.

וַאֲתָא כַלְבָּא, וְנָשַׁךְ לְשׁוּנְרָא, דְּאָכְלָא לְגַדְיָא, דְּזַבִּין אַבָּא בִּתְרֵי זוּזֵי, חַד גַּדְיָא, חַד גַּדְיָא.

וַאֲתָא חוּטְרָא, וְהִכָּה לְכַלְבָּא, דְּנָשַׁךְ לְשׁוּנְרָא, דְּאָכְלָא לְגַדְיָא, דְּזַבִּין אַבָּא בִּתְרֵי זוּזֵי, חַד גַּדְיָא, חַד גַּדְיָא.

וַאֲתָא נוּרָא, וְשָׂרַף לְחוּטְרָא, דְּהִכָּה לְכַלְבָּא, דְּנָשַׁךְ לְשׁוּנְרָא, דְּאָכְלָא לְגַדְיָא, דְּזַבִּין אַבָּא בִּתְרֵי זוּזֵי, חַד גַּדְיָא, חַד גַּדְיָא.

וַאֲתָא מַיָּא, וְכָבָא לְנוּרָא, דְּשָׂרַף לְחוּטְרָא, דְּהִכָּה לְכַלְבָּא, דְּנָשַׁךְ לְשׁוּנְרָא, דְּאָכְלָא לְגַדְיָא, דְּזַבִּין אַבָּא בִּתְרֵי זוּזֵי, חַד גַּדְיָא, חַד גַּדְיָא.

וַאֲתָא תוֹרָא, וְשָׁתָה לְמַיָּא, דְּכָבָא לְנוּרָא, דְּשָׂרַף לְחוּטְרָא, דְּהִכָּה לְכַלְבָּא, דְּנָשַׁךְ לְשׁוּנְרָא, דְּאָכְלָא לְגַדְיָא, דְּזַבִּין אַבָּא בִּתְרֵי זוּזֵי, חַד גַּדְיָא, חַד גַּדְיָא.

וַאֲתָא שׁוֹחֵט, וְשָׁחַט לְתוֹרָא, דְּשָׁתָה לְמַיָּא, דְּכָבָא לְנוּרָא, דְּשָׂרַף לְחוּטְרָא, דְּהִכָּה לְכַלְבָּא, דְּנָשַׁךְ לְשׁוּנְרָא, דְּאָכְלָא לְגַדְיָא, דְּזַבִּין אַבָּא בִּתְרֵי זוּזֵי, חַד גַּדְיָא, חַד גַּדְיָא.

וַאֲתָא מַלְאַךְ הַמָּוֶת, וְשָׁחַט לְשׁוֹחֵט, דְּשָׁחַט לְתוֹרָא, דְּשָׁתָה לְמַיָּא, דְּכָבָא לְנוּרָא, דְּשָׂרַף לְחוּטְרָא, דְּהִכָּה לְכַלְבָּא, דְּנָשַׁךְ לְשׁוּנְרָא, דְּאָכְלָא לְגַדְיָא, דְּזַבִּין אַבָּא בִּתְרֵי זוּזֵי, חַד גַּדְיָא, חַד גַּדְיָא.

וַאֲתָא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְשָׁחַט לְמַלְאָךְ הַמָּוֶת, דְּשָׁחַט לְשׁוֹחֵט, דְּשָׁחַט לְתוֹרָא, דְּשָׁתָה לְמַיָּא, דְּכָבָא לְנוּרָא, דְּשָׂרַף לְחוּטְרָא, דְּהִכָּה לְכַלְבָּא, דְּנָשַׁךְ לְשׁוּנְרָא, דְּאָכְלָא לְגַדְיָא, דְּזַבִּין אַבָּא בִּתְרֵי זוּזֵי, חַד גַּדְיָא, חַד גַּדְיָא.

אײן ציקלײן

אײן ציקלײן אײן ציקלײן, דז האט גיקױפֿט מײן פֿעטרלײן אום צװײא פפענינג אײן ציקלײן אײן ציקלײן׃

דא קומט דז קעצלײן אונ׳ עשט דז ציקלײן דא האט גיקױפֿט מײן פֿעטרלײן אום צװײא פפענינג אײן ציקלײן אײן ציקלײן׃

דא קאם דז הינטלײן אונ׳ בײשט דז קעצלײן דז דא האט גיגעשין דז ציקלײן דא האט גיקױפֿט מײן פֿעטרלײן אום צװײא פפענינג אײן ציקלײן אײן ציקלײן׃

דא קאם דז שטעקלײן אונ׳ שלאגט דז דא האט גביסן דז קעצלײן דז דא האט גיגעשין דז ציקלײן דא האט גיקױפֿט מײן פֿעטרלײן אום צװײא פפענינג אײן ציקלײן אײן ציקלײן׃

דא קאם דז פֿײארלײן אונ׳ פֿר ברענט דז שטעקלײן דז האט גישלאגין דז הינטלײן דז דא האט גביסן דז קעצלײן דז דא האט גיגעשין דז ציקלײן דא האט גיקױפֿט מײן פֿעטרלײן אום צװײא פפענינג אײן ציקלײן אײן ציקלײן׃

דא קאם דז װאשרלײן אונ׳ פֿײארלײן דש דא האט פֿר ברענט דז שטעקלײן דז דא האט גישלאגין דז הינטלײן דז דא האט גביסן דז קעצלײן דז דא האט גיגעשין דז ציקלײן דא האט גיקױפֿט מײן פֿעטרלײן אום צװײא פפענינג אײן ציקלײן אײן ציקלײן׃

דא קאם דער אקס אונ׳ טרינקט דש װאשרלײן דז דא האט פֿר לעשט דז פֿײארלײן דז דא האט פֿר ברענט דז שטעקלײן דז דא האט גישלאגין דז הינטלײן דז דא האט גביסן דז קעצלײן דז דא האט גיגעשין דז ציקלײן דא האט גיקױפֿט מײן פֿעטרלײן אום צװײא פפענינג אײן ציקלײן אײן ציקלײן׃

דא קאם דער שוחט אונ׳ שעכט דען אקסין דער דא האט גיטרונקן דש װאשרלײן דז דא האט פֿר לעשט דז פֿײארלײן דז דא האט פֿר ברענט דז שטעקלײן דז דא האט גישלאגין דז הינטלײן דז דא האט גביסן דז קעצלײן דז דא האט גיגעשין דז ציקלײן דא האט גיקױפֿט מײן פֿעטרלײן אום צװײא פפענינג אײן ציקלײן אײן ציקלײן׃

דא קאם דער מלאך המות אונ׳ שעכט דען שוחט דער דא האט גישעכט דען אקסין דער דא האט גיטרונקן דש װאשרלײן דז דא האט פֿר לעשט דז פֿײארלײן דז דא האט פֿר ברענט דז שטעקלײן דז דא האט גישלאגין דז הינטלײן דז דא האט גביסן דז קעצלײן דז דא האט גיגעשין דז ציקלײן דא האט גיקױפֿט מײן פֿעטרלײן אום צװײא פפענינג אײן ציקלײן אײן ציקלײן׃

דא קאם אונזר ליבר הער גאט אונ׳ שעכט דען מלאך המות דער דא האט גישעכט דען שוחט דער דא האט גישעכט דען אקסין דער דא האט גיטרונקן דש װאשרלײן דו דא האט פֿר לעשט דו פֿײארלײן דו דא האט פֿר ברענט דו שטעקלײן דו דא האט גישלאגין דו הינטלײן דו דא האט גביסן דו קעצלײן דו דא האט גיגעשין דו ציקלײן דא האט גיקױפֿט מײן פֿעטרלײן אום צװײא פפענינג אײן ציקלײן אײן ציקלײן׃

פראגער הגדה, ה'ש"נ
"חד גדיא", מבצע יוסף אלבז, ירושלים, 19 באפריל 1973. געזינגען אין אראמיש און אין מאראקאנער אראביש.
חד גדיא מיט אידישער איבערזעצונג, פון הגדה של פסח קאפּירט דורך נתן בן שמשון פון מעזריטש, 1730
אילוסטרירט אין הגדה פון תרפ"ח

חַד גַּדְיָא (אין איר אידישע ווערסיע: איין ציקליין) איז א טראדיציאנעלן פיוט אין אראמישן שפראך וואס ווערט געזינגען ביים ענדע פון דער סדר נאכט, נאך די הגדה של פסח. עס איז א קומולאַטיווער ליד, וואס דערציילט א געשיכטע פון וועלכע ביי יעדע סטאנזע קומט צו נאך א פרט דערצו. עס שילדערט א ציגעלע וואס ווערט אויפגעגעסן דורך א קאץ וואס ווערט געביסן דורך א הונט וואס ווערט געשלאגן מיט א שטעקן וואס ווערט פארברענט אין א פייער וואס ווערט פארלאשן מיט וואסער וואס ווערט געטרונקען דורך אן אקס וואס ווערט געשאָכטן דורך א שוחט וואס ווערט געשאָכטן דורכ'ן מלאך המות וואס ווערט געשאָכטן דורך דער אויבערשטער.

דער פיוט שטאמט פון אשכנז און מען טרעפט עס די ערשטע מאל אין א הגדה אין דער 16'טער יארהונדערט, צוזאמען מיט אחד מי יודע. עס איז געשריבן אין א גרייזיגע אראמיש, און האט איבערזעצונגען אין אידיש, לאדינא און נאך שפראכן, און איז אממערסטענס געטייטשט אלס משל פאר די פארשידענע גליות וואס אידן גייען אריבער אונטער די פעלקער וואס ווארפן אום איינער דעם אנדערן, ביז משיח'ס טאג ווען דער באשעפער וועט געוועלטיגן איבער דער גאנצער וועלט.

אפשטאם

דער אפשטאם פון דער פיוט איז אומקלאר. רבי ידידיה טיאה ווייל שרייבט אז ער האט געהערט אז מען האט עס געטראפן אויף א קלף אין דער בית מדרש פון רבי אלעזר רוקח אין גרמייזא[1]. דער בית מדרש איז פארברענט געווארן ביי די אומרוען אין יאר ה'ק"ט, און מען האט דעם חד גדיא מעגליך געטראפן ביים איבערבויען שפעטער, מסתמא ארום יאר ה'קט"ו[2].

באזירט אויף א גימטריא[א], האט רבי יוסף לעווינשטיין פון סעראצק געהאלטן אז דער תנא יונתן בן עוזיאל איז דער מחבר[3]. אנדערע האלטן אז דער מחבר איז רבי חייא[4], און טייל האלטן אז ענליך צו הא לחמא עניא וואס איז אויך געשריבן אין אראמיש, איז חד גדיא נתחבר געווארן אין בבל נאנט נאכן חורבן[5][6]. די אלע השערות האבן אבער נישט קיין קראנטע מקורות אדער ראיות[7], און רבי שלמה קלוגער שרייבט, "שיר נכבד הזה הוא שיר קדום, לא נודע שם מחברו"[8].

דאס אז עס איז באלד אין אנהייב ערשינען צוזאמען מיט דער אידישער איבערזעצונג, און צוגאב צו די גרייזיגע אראמיש פונעם פיוט, האט געברענגט פארשער אנצונעמען אז די ווערסיע אויף אידיש איז די אריגינעלע, און אז דער ליד שטאמט פון דייטשע אדער פראנצויזישע פאלקס לידער פון 16'טן יאר הונדערט[9]. שפעטער איז אבער דער חד גדיא געטראפן געווארן אין כתבי יד פון 13'טן און 14'טן יאר הונדערט, אין וועלכע די אראמיש איז ריין פון גרייזן. דאס באדייט, לויט טייל, אז די אראמישע ווערסיע איז די אריגינעלע און אז די גוי'אישע ווערסיעס שטאמען גאר פון איר[2].

ווערסיעס

דער פיוט איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן אין ה'ש"נ אין דער פראגער הגדה, נאך וואס אין די פריערדיגע דרוקן פון דער פראגער הגדה איז עס נישט געווען. עס איז דארט ערשינען אינאיינעם מיט אן איבערזעצונג אין אידיש[10].

אין א האנט-געשריבענע הגדה פון 15'טן אדער 16'טן יארהונדערט ערשיינט דער חד גדיא מיט פארשידענע טוישן אין נוסח; צווישן אנדערע, הייבט זיך עס אן מיט א מייז וואס עסט דעם ציג, און דער קאץ עסט דעם מייז[11]. א דריטע ווערסיע טרעפט מען אין א האנט-געשריבענער פּראָווענציער סידור פון 13'טן יארהונדערט, וואו דער הונט איז דער וואס עסט דעם ציג, און אנשטאט דער שוחט קומט א שטריק וואס בינדט דעם קו, א מייז וואס בייסט דעם שטריק, און קאץ וואס עסט דאס מייז. מנחם צבי פוקס שילדערט די השתלשלות פון דער פיוט ווי פאלגנד: די אריגינעלע ווערסיע איז ווי אין דער פּראָווענציער סידור, שפעטער האט מען אריבערגערוקט דעם מייז און קאץ צום אנהייב און צוגעלייגט ביים ענדע א שוחט, מלאך המוות און הקדוש ברוך הוא כדי צו געבן דעם פיוט א פאסיגע אידישע תוכן. צום לעצט האט מען ארויסגענומען דעם מייז, ווייל אז א מייז זאל עסן א ציג לייגט זיך נישט אויפן שכל[2].

שפראך

דער פיוט איז געשריבן אין אראמיש, אבער מיט אביסל לשון קודש אריינגעמישט דערין, און דער אראמיש זעלבסט איז גרייזיג. אנדערש איז די ווערסיע פון דער פּראָווענציער סידור, וואס איז אין א גוטע אראמיש.

דער טעם פארוואס חד גדיא איז אויף אראמיש, איז כדי די קינדער און פרויען זאלן עס אויך פארשטיין[12]. געוויסע שרייבן אז וויבאלד עס איז געשריבן געווארן אין בבל אלס הוספה צו די אנדערע טיילן פון די הגדה, אזויווי "הא לחמא עניא", האט דער מחבר עס פונאנדערגעשידן פון די הגדה מיט זיין אראמיש[6][13]. נאך א טעם, צו ענדיגן די הגדה מיט'ן זעלבן שפראך מיט וועלכע מען האט אנגעהויבן, צו צייגן אז דער סדר נאכט איז אויף אונז באליבט[14].

אין דער ערשטע דרוק פון חד גדיא, פראג ה'ש"נ, איז מיטגעווען אן איבערזעצונג אין אלט אידיש, "איין ציקליין". די פיגורן אינעם איבערזעצונג זענען אין פארקלענערוגס פארעם, "ציקליין", "קאצליין", "הונטליין" און אזוי ווייטער. אזוי אויך איז חד גדיא איבערגעזעצט געווארן אין לאדינא[15], אידיש-אראביש[16], בוכאריש[17] און נאך שפראכן[18].

ביים סדר נאכט

רבי ידידיה טיאה ווייל שרייבט אז מען האט געטראפן דעם פיוט אין בית המדרש פון דער רוקח, און מען האט קובע געווען עס צו זאגן פסח ביינאכט[1]. פון אנדערע מפרשים איז משמע אז עס איז דירעקט נתחבר געווארן צו זאגן ביים סדר[6][13].

דער שייכות צום סדר ווערט ערקלערט אויף פארשידענע וועגן. לויט טייל מפרשים, איז דער טעם אויסצודרוקן בענקשאפט נאך די צייטן פון בית המקדש, ווען מען האט מקריב געווען דעם קרבן פסח[1][13]. אנדערע, וואס טייטשן דעם פיוט על דרך המוסר, זאגן אז עס איז כדי מען זאל נישט קומען צו קלות ראש נאכן סדר וואו מען האט געגעסן און געטרינקען[12]. טייל זאגן אז וויבאלד מען וועט זיין נייגעריג צו דערגיין פשט פון דעם חידה, וועט מען דורך דעם ממילא עוסק זיין אין סיפור יציאת מצרים[19][6]. אין נאמען פון רבי'ן פון לובלין שטייט אז עס איז א לחש קעגן עין הרע וואס קען קומען פון די מלאכים, וואס זיי "גלאצען אויף אונז" מיט גרויס קנאה ביים סדר[20].

דער חיד"א, וואס זייענדיג אין די ספרד'ישע מקומות האט ער נישט געזאגט דעם פיוט ביים סדר, דרוקט זיך אבער גאר שארף אויס און לאזט לייגן אין חרם איינער וואס האט אפגעשפעט פון דעם אשכנז'ישן מנהג, שרייבנדיג אז עס זענען מרומז דערין גרויסע סודות התורה[21].

פירושים

פילע פירושים זענען געזאגט געווארן אויף דעם פיוט[22]. געוויסע זענען מסביר אז דער פיוט שפעט פון די גוים וואס דינען אפגעטער, און ברענגט ארויס אז יעדער באשעפעניש האט א שוואכקייט און א צווייטע קען אים בייקומען - נאר דער באשעפער איז שטערקער פון אלעם[23]. דער געדאנק איז געבויט אויף א מדרש, וואס שילדערט א דיאלאג צווישן אברהם און נמרוד וואס לויפט אויף דער גאנג פון חד גדיא:

אמר ליה נסגוד לנורא, אמר ליה אברהם ונסגוד למיא דמטפין נורא, אמר ליה נמרוד נסגוד למיא, אמר ליה אם כן נסגוד לעננא דטעין מיא, אמר ליה נסגוד לעננא, אמר ליה אם כן נסגוד לרוחא דמבדר עננא, אמר ליה נסגוד לרוחא, אמר ליה ונסגוד לבר אינשא דסביל רוחא

א מערהייט פון די מפרשים טייטשן אריין דערין די היסטאריע פון כלל ישראל אין גלות ביז משיח'ס טאג. דער ציג איז כלל ישראל, און די פיגורן דורכאויס דעם פיוט סימבאליזירן די מלכויות וואס ווארפן אום איינער דעם צווייטן[6][24]. די פעלקער זענען געווענליך: בבל, פרס, יוון און רומי; און אין טייל פירושים אויך מצרים, איסלאם און קריסטנטום. דער אקס איז על פי רוב משיח בן יוסף, דער שוחט איז ארמילס/גוג ומגוג וואס וועט אים אומברענגען, דער מלאך המוות איז די מגיפה קעגן די רשעים, און דערנאך קומט די ענדגילטיגע מלוכה פון באשעפער.

אין אנדערע פירושים קאנצענטרירט זיך דער פיוט ארום די געשעענישן אין די תורה, און באזונדער ביים דור המדבר[25], דעקנדיג: ברכות יעקב, מכירת יוסף, גלות וגאולת מצרים[26] משה רבינו, חטא העגל, מי מריבה, פטירה פון נדב און אביהוא און דאס גלייכן. אנדערע פירושים הייבן אן ביי די געשעענישן פון די תורה, אבער גייען ווייטער ביז משיח'ס טאג; אנשטאט אריינטייטשן דערין די מלכויות, ווערט דערין אריינגעטייטשט פארשידענע מצבים ביי כלל ישראל: דער חורבן, אנשי כנסת הגדולה, שנאת חנם, און אזוי ווייטער[27][28]. רבי יוסף זכריה שטערן טייטשט דעם פיוט אלס משל צו די געשעענישן אין מלכות ישראל, ווי די קעניגן פון די זיבן דינאסטיעס ווארפן זיך אום איינער דעם אנדערן[29].

פילע מפרשים טייטשן אריין די נסיונות און עונשים פון א איד אויף דער וועלט. דער ציג איז די נשמה, נאכדעם קומען פארשידענע חטאים וואס שעדיגן אים, שפעטער די עונשים און זיין תשובה[12][8]. לויט טייל שילדערט דער פיוט דעם מלחמת היצר, ווען איין פיגור איז א נסיון, און דער קומענדיגער איז א תחבולה קעגן דעם[6][30].

לויט דער פירוש פון רבי אשר אנשיל ווירמיש, איז עס א וויכוח צווישן אידן און די פעלקער צי אידן זענען טאקע אזוי חשוב[31]. דער חתם סופר טייטשט אריין דערין די הלכות און פרטים פון קרבן פסח[13]. אנדערע האבן אויסגעטייטשט דעם גאנצן פיוט על פי סוד[32]. רבי חיים געלערנטער האט געטייטש דער גאנצע חד גדיא ווי א פלפול אין הלכה, וואו יעדער פיגור איז מרמז אויף א צווייטע סוגיא[33].

צו רבי יהונתן אייבשיץ איז מיוחס א קשיא, וואס ווערט געברענגט בשם "מפרשים" דורך רבי יוסף חיים פון באגדאד[34], אז דער קאץ האט לכאורה געטון אן אומרעכט און דער הונט האט ריכטיג געטון, און ממילא האט דער שטעקן נישט, דער פייער יא, דער וואסער נישט, דער קו יא, דער שוחט נישט און דער מלאך המוות יא. לויט דעם קומט אויס אז דער באשעפער האט נישט געדארפט צו הרג'נען דעם מלאך המוות. דערויף איז דער תירוץ, אז דער הונט געטון אן אומרעכט בלויז מיט זיך אריינמישן, און אזוי קומט אויס אז דער טאט פון באשעפער איז ריכטיג. דעם רעיון האט רבי יונתן געזאגט צו אידן וואס האבן געקופקעט איבער דער מחלוקת צווישן אים און רבי יעקב עמדין[35]. לויט איין גירסא האט רבי יונתן אויסגעפירט אז די עוולה פון הונט איז געווען אז א הונט, א פשוט'ער אן קיין בארד בכלל, האט זיך אריינגעמישט אין א מחלוקת פון חשוב'ערע פון אים - דער ציג מיט'ן בארד און דער קאץ מיט די וואנצעס[36]. רבי נתן אדלער פון פראנקפורט ד'מיין, זיין תלמיד דער חתם סופר, און זיין תלמיד רבי מנחם כץ פרוסטיץ, פלעגן דערציילן דעם געשיכטע יעדן יאר ביים סדר[36].

מפרשים

אין אנהייב פון דער 18'טער יארהונדערט, נאך איידער סיי וועלכע אידישע פירוש אויפן פיוט איז געשריבן געווארן, האבן משומדים און קריסטליכע געלערנטע שוין געדרוקט באשרייבונגען אין וועלכע זיי פרובירן צו דערגיין פשט פון דער אידישער "רעטעניש". צווישן זיי א משומד פיליפ ניקודעמוס לעברעכט, וואס האט ארויסגעגעבן א גאנצע פאמפלעט דערוועגן אין יאר ה'תצ"א. זייערע פירושים זענען געווען היסטארישע און פילאזאפישע[9].

צווישן אידן, איז דער ערשטער פירוש ערשינען אין יאר ה'תק"ה, א קונטרס מיטן נאמען "מגן דוד" פון "רבי דוד בהר"ר משולם משה בק"ק הילס". שפעטער, אין יאר ה'תקכ"ב, איז געדרוקט געווארן אין אמסטערדאם א קונטרס "אחיות אחידן" פון אן אנאנימער מחבר. פילע קונטרסים האבן נאכגעפאלגט, אזוי אויך האבן אסאך פון די מפרשים אויפן הגדה מפרש געווען אויך דעם חד גדיא. עס זענען היינט שוין פארהאן הונדערטער פירושים דערויף[37], וואס אסאך פון זיי פארגייען אין אן אריכות מקיים צו זיין "כל המרבה לספר ביציאת מצרים הרי זה משובח"[38]. צווישן די קונטרסים וואס זענען געשריבן געווארן בלויז מפרש צו זיין דעם פיוט ציילן זיך:

אזוי אויך זענען באקאנט די פירושים אויף חד גדיא פון דער גר"א[28], חתם סופר[13][39], רבי שלמה קלוגער[8] און רבי מאטעלע טשערנאבילער[30].

אין קולטור

"איינגעזעצט אין חד גדיא" איז א אידישע אויסדרוק וואס באדייט איינגעזעצט אין טורמע. עס שטאמט פונעם פוילישן און רוסישן ווארט פאר טורמע: "קאָרדעגאַרדאָ", וואס שטאמט פון דעם פראנצויזישן טערמין corps de garde (וואַכשטוב)[40].

זעט אויך

צו ליינען מער

דרויסנדע לינקס

  • שיתופתא חד גדיא מיט מפרשים, אויף שיתופתא
  • נאטיצן

    1. "אני יהונתן בן העוזיאל" איז בגימטריא "חד גדיא דזבן אבא בתרי זוזי חד גדיא" (763)

    רעפערענצן

    1. 1.0 1.1 1.2 הגדה של פסח המרבה לספר
    2. 2.0 2.1 2.2 מנחם צבי פוקס, "לתולדות השירים 'אחד מי יודע' ו'חד גדיא' בישראל ובעמים", אסופות ב, ירושלים, תשמ"ח, זייטן רא-רכו (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)

    3. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

      פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
      רבי אליעזר שווערדשארף, "מסורת ההגדה", הגדה של פסח דמשק אליעזר, קאלאמייע, תרמ"ג

    4. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

      פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
      רבי שלמה צבי שיק, סידור רשב"ן, וויין, תרנ"ד
    5. רבי דוד דב מייזליש, הגדה של פסח ריח דודאים, פיעטריקוב, תרס"ב, דף נז
    6. 6.0 6.1 6.2 6.3 6.4 6.5 רבי מרדכי מקאליש, מאמר מרדכי, דירנפורט תקנ"ד
    7. ישראל דנדרוביץ, "ואתא עכברא ונשכה לגדיא – גילויים בפיוט 'חד גדיא'", קובץ עץ חיים (באבוב) כג, ניו יארק תשע"ה (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן) (אראפלאדענען אומזינסט)
    8. 8.0 8.1 8.2 געדרוקט אין סידור בית יעקב פון רבי יעקב עמדין, אין דער דרוק פון לעמבערג, תרס"ד (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן). צוליב דעם זענען דא אזעלכע וואס ברענגען נאך זיינע ווערטער אין נאמען פון רבי יעקב עמדין
    9. 9.0 9.1 "חד גדיא", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)
    10. חד גדיא אין דער פראגער הגדה, פון שנת ה'ש"נ (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
    11. א. מ. הברמן, "חד גדיא", מחניים נה, ירושלים, תש"ל זייט 140 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
    12. 12.0 12.1 12.2 רבי יהודה הורוויץ, כרם עין גדי, קעניגסבערג, תקכ"ד
    13. 13.0 13.1 13.2 13.3 13.4 רבי משה סופר, דרשות חתם סופר ב, קלודזש, תרפ"ט, דף רס
    14. רבי אברהם אבא הערצל, הגדה של פסח ויגד אברהם (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
    15. זע:
      פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

      פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
      קטלוג קדם 01, ירושלים, תשע"ו

    16. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

      פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
      יקותיאל דהן, "מנהגי חודש ניסן", אור המערב יט, ירושלים, תשע"ח, זייט צו
    17. אשי ישראל ניסן, בני ברק, תשנ"ז, זייט 323 (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
    18. שלמה אשכנזי, אבני חן, תל אביב, תש"נ, זייט 88 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
    19. געברענגט בשם תשב"ץ דורך פילע, ווי רבי שמואל עהרנפעלד, הגדה חתן סופר, ס'איז אבער נישט קלאר ווער דער תשב"ץ איז.
    20. רבי אברהם שמחה הורוויץ, חמרא טבא
    21. "אנוש זה, זד יהיר, לץ המתלוצץ על מה שנהגו רבבות אלפי ישראל בערי פולין ואשכנז ואביזרייהו, ואשר לפנים בישראל גדולי עולם קדישי עליון ודור דור וחכמיו, וכן עוד היום לא אלמן ישראל, כמה וכמה ראשי ישיבות וגאוני הזמן ה' עליהם יחיו. וכולם אמרו ואומרים פיוט זה, ונמצא רשע זה מתלוצץ ברבבות ישראל וגדוליהם אבות בתי דין וגאוני ארץ. איש זה שפער פיו, שכל האומרים פיוט זה הם טפשים ועוסקים בהבלים - חייב נידוי... ולמען תדע ידיד נפשי, אגיד את הרשום, כי יש כמה פירושים בפיוט זה, מהם נדפסו ומהם בכתב יד, ועוד שמעתי ממגידי אמת, שגאון מופלא בדורו עשה למעלה מעשרה פירושים בפיוט זה בפרד"ס, פירושים נחמדים ומתוקים. ואין ספק כי לא דבר ריק הוא, וכבר נודע תוקף גדולת פיוטי אשכנז המיוסדים על החכמה האמיתית, כאשר דיבר בקדשו רבנו האר"י זצ"ל, וכתבו משם רבנו מהר"א מגרמיזא בעל הרוקח זצ"ל, כי כל עניני פיוטיהם ודקדוקיהם קבלה איש מפי איש ורב מרב". רבי חיים יוסף דוד אזולאי, שו"ת חיים שאל, לעמבערג תרמ"ו, סימן כ"ח
    22. "השיר הלזה סתום וחתום לא נודע כונת המחבר בו. ואף על פי כן רבים חיברו בו פירושים שונים לפי מה שיסבול פירוש הלשון, שאפילו לא כיון המחבר לאלו הפירושים…" רבי אריה לייב צינץ, פלאצקער גאון, הגדה של פסח עם פירוש ברכת השיר
    23. רבי טעבעלה באנדי, הגדה של פסח (מערכת היידנהיים)
    24. רבי נתן נטע שפירא, הגדה של פסח מגלה עמוקות; אחיות אחידן, אמסטערדאם, תקכ"ב; רבי משה אברהם אבלי, גדי מקולס, אלטונא, תק"ל; רבי יהונתן אייבשיץ, מאמר יהונתן; רבי יחזקאל קאצנעלענבויגן, מים יחזקאל, פורציק, תקמ"ו, דף לד עמוד א (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע); רבי יעקב לורבערבוים פון ליסא, הגדה של פסח מעשה נסים רבי נתנאל חיים פאפע, מגיד מישרים על הגדה של פסח, ירושלים, תר"ס (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע); און פילע נאך
    25. רבי דוד מהילס, מגן דוד, תק"ה; רבי מרדכי מקאליש, מאמר מרדכי, דירנפורט, תקכ"ד אין זיין צווייטע מהלך; יהודה יודל אנגל, אמרי בינה, אלטונא, תקל"ט; רבי אריב ליב, נחמד ונעים, אמסטערדאם, תקנ"ז; רבי צבי הירש הערשמאן, מקרא קודש, פראג, תקפ"ז; רבי אהרן תאומים, מטה אהרן, פרנקפורט דמיין, ת"ע, דף עא עמוד א (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
    26. רבי אברהם פון סאכאטשאוו, הגדה של פסח אבני נזר
    27. רבי יהודה לייב מהאמבורג, מלא פי הגדי, אלטונא, תקל"ו
    28. 28.0 28.1 רבי אליהו מווילנא, הגדה של פסח עם פירוש ר"י גיקטליא והגר"א, גראדנא, תקס"ה (טעקסט)
    29. ביאור זכר יהוסף על הגדת פסח
    30. 30.0 30.1 רבי מאטעלע טשערנאבילער, דברי תורה, ווארשא תרל"ד, דף קו.
    31. רבי אשר אנשיל ווירמיש, פסח התקווה, פרנקפורט דמיין, תקכ"ד
    32. רבי אליעזר פישל פון סטריזשוב, עולם אחד; רבי יצחק אב"ד פוזנא, איל יצחק, לבוב, תק"פ
    33. "קונטרס גדיא יאה", פון הגדש"פ 'שמחת הח"ג', אויפ'ן חידוש וועבזייטל
    34. רבי יוסף חיים פון באגדאד, פירוש אורח חיים על הגדה של פסח
    35. רבי דוד צינץ, גדולת יהונתן, חלק ב, פיעטריקוב תרצ"ד, זייט 262
    36. 36.0 36.1 תולדות וחידושי רבי מנחם כץ פרוסטיץ - הוספות לספר, לאנדאן תשנ"ז, זייט ח
    37. טוביה פריינד, ישורון ח, אדר תשס"א
    38. רבי מרדכי מקאליש, מאמר מרדכי, דירנפורט, תקכ"ד, דף ג עמוד א
    39. הגדה של פסח חתם סופר
    40. יודא א. יאפע, "עטימאלאגישע נאטיצן", יידישע שפראך באנד 12, נומער 4, ניו יארק, 1952