אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "טבת"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "({{היברובוקס|{{אוצר החכמה\|)(.*?)עמוד=(.*?)}}" ב־"$1$2page=$3}}")
ק (החלפת טקסט – "({{היברובוקס|{{אוצר החכמה\|)(.*?)עמוד=(.*?)}}" ב־"$1$2page=$3}}")
שורה 22: שורה 22:
דער [[גלגל המזלות|מזל]] פון דעם חודש איז [[מזל גדי]]{{הערה|שם=יצירה|[[ספר יצירה]] [https://www.sefaria.org.il/Otzar_Midrashim%2C_Sefer_Yetzirah.5.17 פרק ה' משנה ט"ז]}}, צוליב א שטערן גרופע וואס האט אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די [[זון]] אין דעם חודש{{ביאור|די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן {{קישור שפה|עברית|מישור המילקה|עקליפטיק}}, אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט{{הערה|{{רמב"ם|יסודי התורה|ג|ז}}}}.}}. אין די [[ים המלח מגילות]] פון דער כת פון קומראן איז [[מזל דלי]] דער מזל פון חודש טבת.
דער [[גלגל המזלות|מזל]] פון דעם חודש איז [[מזל גדי]]{{הערה|שם=יצירה|[[ספר יצירה]] [https://www.sefaria.org.il/Otzar_Midrashim%2C_Sefer_Yetzirah.5.17 פרק ה' משנה ט"ז]}}, צוליב א שטערן גרופע וואס האט אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די [[זון]] אין דעם חודש{{ביאור|די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן {{קישור שפה|עברית|מישור המילקה|עקליפטיק}}, אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט{{הערה|{{רמב"ם|יסודי התורה|ג|ז}}}}.}}. אין די [[ים המלח מגילות]] פון דער כת פון קומראן איז [[מזל דלי]] דער מזל פון חודש טבת.


לויט דער [[זוהר]], איז חודש טבת קעגן [[שבט נפתלי]]{{הערה|{{זוהר|א|קעג|א}}}}. לויט אנדערע, איז עס קעגן [[שבט דן]]{{הערה|{{ילקוט שמעוני|שמות|תיח}}; {{היברובוקס|רבי יוסף ג’יקטיליה|שערי אורה|20243|סוף שער ה'|עמוד=135}}; מאמר כליל תכלת להאר"י, סוף ספר יצירה; פירוש הגר"א, סוף ספר יצירה; פרי צדיק, מאמרי ראש חודש אייר.}}, אדער קעגן [[שבט יהודה]]{{הערה|יערות דבש חלק א', סוף דרוש ב'}}, אדער קעגן [[שבט אשר]]{{הערה|רבי פינחס ברבי יעקב הכהן, [https://maagarim.hebrew-academy.org.il/Pages/PMain.aspx?mishibbur=939001&page=4 קידוש ירחים לחודש טבת]; מגלה עמוקות, פרשת בא; סידור בית יעקב להיעב"ץ, בעפאר סליחות לעשרה בטבת}}, אדער קעגן [[שבט גד]]{{הערה|{{היברובוקס|רבי אברהם בן עזריאל|ערוגת הבושם|20833|חלק א' עמוד 289|page=308}}; ויקח משה, נאך פרשת ויחי}}.
לויט דער [[זוהר]], איז חודש טבת קעגן [[שבט נפתלי]]{{הערה|{{זוהר|א|קעג|א}}}}. לויט אנדערע, איז עס קעגן [[שבט דן]]{{הערה|{{ילקוט שמעוני|שמות|תיח}}; {{היברובוקס|רבי יוסף ג’יקטיליה|שערי אורה|20243|סוף שער ה'|page=135}}; מאמר כליל תכלת להאר"י, סוף ספר יצירה; פירוש הגר"א, סוף ספר יצירה; פרי צדיק, מאמרי ראש חודש אייר.}}, אדער קעגן [[שבט יהודה]]{{הערה|יערות דבש חלק א', סוף דרוש ב'}}, אדער קעגן [[שבט אשר]]{{הערה|רבי פינחס ברבי יעקב הכהן, [https://maagarim.hebrew-academy.org.il/Pages/PMain.aspx?mishibbur=939001&page=4 קידוש ירחים לחודש טבת]; מגלה עמוקות, פרשת בא; סידור בית יעקב להיעב"ץ, בעפאר סליחות לעשרה בטבת}}, אדער קעגן [[שבט גד]]{{הערה|{{היברובוקס|רבי אברהם בן עזריאל|ערוגת הבושם|20833|חלק א' עמוד 289|page=308}}; ויקח משה, נאך פרשת ויחי}}.


חודש טבת איז קעגן דעם אות [[ע]]{{הערה|שם=יצירה}}.
חודש טבת איז קעגן דעם אות [[ע]]{{הערה|שם=יצירה}}.

רעוויזיע פון 13:30, 12 נאוועמבער 2023

►► טבת ◄◄
יום טוב / שבתון חג שאיננו שבתון יום זכרון או תענית


טבת איז דער פערטער חודש אין דער אידישער יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער צענטער חודש ציילנדיג פון ניסן.

חודש טבת פאלט געווענליך אויס אין פאראלעל מיט די מאנאטן דעצעמבער-יאנואר אין גרעגאריאנישן קאלענדאר, און עס באצייכנט דער אנהויב פון ווינטער אין דעם צפון האלבקיילעך און פון זומער אין דעם דרום האלבקיילעך (וואו עס איז גלייך צו חודש תמוז אין צפון האלבקיילעך).

אין רוב יארן, פאלט אויס תקופת טבת אין דעם חודש.

אין דער לוח

אין דער באשטימטער אידישער לוח, איז טבת אלעמאל א "חודש חסר" פון 29 טעג[1]. דער פאריגער חודש איז רוב מאל[2] א "חודש מלא", מיט דרייסיג טעג, און ראש חודש טבת באשטייט דאן פון צוויי טעג: ל' כסלו און א' טבת; צומאל איז כסלו אויך א חודש חסר, און ראש חודש טבת באשטייט דאן פון איין טאג[1]. חודש טבת קען זיך אנהייבן אין א זונטאג, מאנטאג, דינסטאג, מיטוואך אדער פרייטאג[3].

אין די צייטן וואס מען האט באשטימט די חדשים על פי הראייה, פלעגן די שליחים פון בית דין נישט ארויספארן צו די ווייטע פלעצער מודיע צו זיין ווען מען האט באשטימט ראש חודש טבת, וויבאלד דער תענית פון עשרה בטבת איז אין יענע צייטן געווען בלויז א רשות[4].

נאמען

אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "החודש העשירי"[5]. דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "טבת" אין בבל און אין מעסאפאטאמיע בכלל, פון אכד'יש ṭebētu וואס באדייט עפעס אין וואס מען זינקט איין, צייגנדיג אויף די רעגנס און טיפע בלאטעס וועלכע כאראקטעריזירן דעם חודש[6]. אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון איז דער נאמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ, ווי די נעמען פון אלע חדשים[7], און עס ווערט דערמאנט אין תנ"ך: ”בַּחֹדֶשׁ הָעֲשִׂירִי הוּא חֹדֶשׁ טֵבֵת” (אסתר ב, טז).

די פאלאשן רופן דעם חודש 'טבית'.

סימבאלן און אייגנשאפטן

שניי און אייז אין דער צפון האלבקיילעך, אין חודש טבת

דער מזל פון דעם חודש איז מזל גדי[8], צוליב א שטערן גרופע וואס האט אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די זון אין דעם חודש[א]. אין די ים המלח מגילות פון דער כת פון קומראן איז מזל דלי דער מזל פון חודש טבת.

לויט דער זוהר, איז חודש טבת קעגן שבט נפתלי[10]. לויט אנדערע, איז עס קעגן שבט דן[11], אדער קעגן שבט יהודה[12], אדער קעגן שבט אשר[13], אדער קעגן שבט גד[14].

חודש טבת איז קעגן דעם אות ע[8].

דער צירוף פון שם הוי"ה אין דעם חודש איז היה"ו[15], וואס גייט ארויס פון פסוק ”לַה אִתִּי וּנְרוֹמְמָה שְׁמוֹ[16].

חודש טבת איז דער עיקר צייט פון "קור" און "חורף"[17]. עס איז א גוטער סימן ווען די וועגן זענען פארבלאטיגט אין טבת צוליב די פילע רעגנס, אבער נאר ווען עס האט נאכנישט גערעגנט אין חשון[18].

מנהגים

טייל פירן זיך נישט צו פראווען קיין חתונה אין גאנץ חודש טבת[19].

טייל שוחטים זענען געווארנט נישט צו שחט'ן קיין גאנז אין די חדשים פון טבת און שבט, חוץ אויב זיי עסן עפעס דערפון[20].

אין דער צווייטער האלב חודש הייבן זיך אן די וואכן פון שובבי"ם, ווען טייל פירן זיך מיט פארשידענע סיגופים און תיקונים.

מועדים וזמנים

נאטיצן

  1. די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן עקליפטיק (עב'), אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט[9].
  2. געוואנדן אויב כסלו איז חסר, וואס דאן ציט זיך חנוכה ביז ג' טבת, אדער מלא, וואס דאן געפאלט זאת חנוכה אין ב' טבת.

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכות ד'–ו'
  2. ארום 74.5% פון אלע יארן
  3. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ב'
  4. ראש השנה יח, א
  5. ירמיהו לט, א
  6. W. Muss-Arnolt, "The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents", Journal of Biblical Literature 11, 1892, עמ' 72–94 doi: 10.2307/3259081
  7. תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב'
  8. 8.0 8.1 ספר יצירה פרק ה' משנה ט"ז
  9. משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
  10. ספר הזוהר, חלק א, דף קע"ג, עמוד א'
  11. ילקוט שמעוני, שמות, רמז תי"ח; רבי יוסף ג’יקטיליה, שערי אורה, סוף שער ה'; מאמר כליל תכלת להאר"י, סוף ספר יצירה; פירוש הגר"א, סוף ספר יצירה; פרי צדיק, מאמרי ראש חודש אייר.
  12. יערות דבש חלק א', סוף דרוש ב'
  13. רבי פינחס ברבי יעקב הכהן, קידוש ירחים לחודש טבת; מגלה עמוקות, פרשת בא; סידור בית יעקב להיעב"ץ, בעפאר סליחות לעשרה בטבת
  14. רבי אברהם בן עזריאל, ערוגת הבושם, חלק א' עמוד 289; ויקח משה, נאך פרשת ויחי
  15. אר"י, פרי עץ חיים, שער י"ט פרק ג'
  16. תהלים לד, דִ
  17. זעט בבא מציעא קו, ב; רש"י, בראשית ח, כב; פרקי דרבי אליעזר, פרק ח'
  18. תענית ו, ב
  19. זעט שאלות ותשובות מנחת אלעזר, חלק ג' סימן ס"ו
  20. רמ"א, יורה דעה, סימן י"א, סעיף ד'