אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אליעזר עבד אברהם"
אין תקציר עריכה |
(←אידענטיטעט און פערזענליכקייט: אויסשטעל, כ'מיין אז אזוי איז בעסער) |
||
שורה 7: | שורה 7: | ||
די ראשונים טייטשן אז אליעזר איז געקומען פון שטאט [[דמשק]]{{הערה|1={{תנ"ך|בראשית|טו|ב|מפרש=רש"י}}, לויט [[אונקלוס]]; רס"ג, רמב"ן, רבינו מיוחס און ספורנו, דארט.|שם=בטוב}}. טייל קלערן אז זיין אריגינעלער נאמען איז געווען דמשק, און אברהם האט אים גערופן אליעזר{{הערה|דארט=בטוב|רד"ק, אין צווייטן פירוש}}. איינער פון די אחרונים ערקלערט אז אליעזר איז געווען עלטער ווי אברהם, און אברהם האט געזאגט אז דמשק דער זון פון אליעזר וועט אים ירש'ענען{{הערה|דארט=בטוב|אזנים לתורה, באזירט אויף ספר הישר פרשת וישלח}}. | די ראשונים טייטשן אז אליעזר איז געקומען פון שטאט [[דמשק]]{{הערה|1={{תנ"ך|בראשית|טו|ב|מפרש=רש"י}}, לויט [[אונקלוס]]; רס"ג, רמב"ן, רבינו מיוחס און ספורנו, דארט.|שם=בטוב}}. טייל קלערן אז זיין אריגינעלער נאמען איז געווען דמשק, און אברהם האט אים גערופן אליעזר{{הערה|דארט=בטוב|רד"ק, אין צווייטן פירוש}}. איינער פון די אחרונים ערקלערט אז אליעזר איז געווען עלטער ווי אברהם, און אברהם האט געזאגט אז דמשק דער זון פון אליעזר וועט אים ירש'ענען{{הערה|דארט=בטוב|אזנים לתורה, באזירט אויף ספר הישר פרשת וישלח}}. | ||
פארשידענע דעות זענען פארהאן אין די מדרשים איבער זיין אידענטיטעט. אין [[פרקי דרבי אליעזר]]{{הערה|{{פרקי דרבי אליעזר|טז}}}} שטייט אז אברהם האט אים באקומען אלס געשאנק פון [[נמרוד]] נאכן ווערן געראטעוועט פון [[אור כשדים]], און נאך וואס ער האט געארבעט צו געפינען א כלה פאר יצחק האט אים אברהם באפרייט, {{ציטוטון|ונתן לו הקדוש ברוך הוא שכרו בעולם הזה, בשביל שלא יהא שכר לרשעים בעולם הבא, והקימו למלך, והוא [[עוג מלך הבשן]]}}. די דעה ווערט אויך דערמאנט אין [[ילקוט שמעוני]]{{הערה|{{ילקוט שמעוני|במדבר|תשסה}}. זעט אויך {{תנא דבי אליהו|זוטא|כד}}, אז עוג מלך הבשן האט באדינט אברהם.}}. | פארשידענע דעות זענען פארהאן אין די מדרשים איבער זיין אידענטיטעט. אין [[מדרש רבה]] שטייט אז ער איז [[כנען בן חם|כנען]], וואס [[נח]] האט אים געשאלטן צו זיין א קנעכט{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|ס|ז}}; {{מדרש רבה|ויקרא|יז|ה}}.}}. דער מדרש לייגט צו אז מיט זיין דינסט פאר אברהם איז ער ארויס פון די קללה פון נח. דער מדרש דערציילט אז דורכאויס זיין שליחות צו געפינען א כלה פאר יצחק האט ער געגלוסט אז יצחק זאל הייראטן זיין טאכטער, און ער האט מרמז געווען פאר אברהם דערויף, אבער אברהם האט דאס אפגעווארפן צוליב די קללה פון נח{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|נט|ט}}.}}. | ||
אין [[תרגום יונתן]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|יד|יד|מפרש=תרגום יונתן}}}} שטייט: "אליעזר בר נמרוד". אויך אין ילקוט שמעוני ווערט געברענגט אז אליעזר איז געווען א זון פון נמרוד{{הערה|{{ילקוט שמעוני|בראשית|קט}}}}. אין [[פרקי דרבי אליעזר]]{{הערה|{{פרקי דרבי אליעזר|טז}}}} שטייט אז אברהם האט אים באקומען אלס געשאנק פון [[נמרוד]] נאכן ווערן געראטעוועט פון [[אור כשדים]], און נאך וואס ער האט געארבעט צו געפינען א כלה פאר יצחק האט אים אברהם באפרייט, {{ציטוטון|ונתן לו הקדוש ברוך הוא שכרו בעולם הזה, בשביל שלא יהא שכר לרשעים בעולם הבא, והקימו למלך, והוא [[עוג מלך הבשן]]}}. די דעה ווערט אויך דערמאנט אין [[ילקוט שמעוני]]{{הערה|{{ילקוט שמעוני|במדבר|תשסה}}. זעט אויך {{תנא דבי אליהו|זוטא|כד}}, אז עוג מלך הבשן האט באדינט אברהם.}}. | |||
די [[תוספות|בעלי התוספות]]{{הערה|דעת זקנים, פרשת חיי שרה}} האבן זיך געמוטשעט מיט די ווערטער, וויבאלד אין חז"ל ווערט געברענגט אז אליעזר איז אריין לעבעדיגערהייט אין גן עדן{{הערה|שם=גן-עדן}}, דאקעגן עוג מלך הבשן איז אומגעברענגט געווארן דורך משה. זיי האבן פארענטפערט אז עוג איז א טיטל פאר די קעניגן פון [[בשן]] (אזוי ווי [[פרעה]] אין [[מצרים]]), און אליעזר עבד אברהם איז נישט דער עוג וואס משה האט אומגעברענגט{{ביאור|די בעלי התוספות ברענגען נישט די ווערטער "שלא יהא שכר לרשעים בעולם הבא", וואס לויט די גירסא מוז מען זאגן אז אליעזר זעלבסט איז געווען א רשע און איז נישט אריין אין גן עדן{{הערה|ילקוט הפלאות, אליעזר עבד אברהם א}}. אדער גייט עס אויף די אפשטאמיגע פון אליעזר, אז זיי האבן זוכה געווען צו די מלוכה איבער בשן כדי דערמיט אפצוצאלן דעם זכות פון אליעזר{{הערה|פירוש עין טוב, אויף פרקי דרבי אליעזר פרק ט"ז}}.}}. אנדערע ווייזן אבער אויף אז דאס איז א מחלוקת צווישן מדרשים, און לויט איין דעה איז אליעזר זעלבסט געווען דער עוג וועמען משה האט אומגעברענגט און ער איז נישט אריין אין גן עדן{{הערה|פירוש הרד"ל, אויף פרקי דרבי אליעזר פרק ט"ז}}. לויט דער [[אר"י]], זענען אליעזר און עוג געקומען פון די זעלבע שורש נשמה, אליעזר פון די גוטע זייט און עוג פון די שלעכטע{{הערה|[[s:עץ חיים/שער מט/פרק ט|עץ חיים, שער מ"ט פרק ט']]}}. | די [[תוספות|בעלי התוספות]]{{הערה|דעת זקנים, פרשת חיי שרה}} האבן זיך געמוטשעט מיט די ווערטער, וויבאלד אין חז"ל ווערט געברענגט אז אליעזר איז אריין לעבעדיגערהייט אין גן עדן{{הערה|שם=גן-עדן}}, דאקעגן עוג מלך הבשן איז אומגעברענגט געווארן דורך משה. זיי האבן פארענטפערט אז עוג איז א טיטל פאר די קעניגן פון [[בשן]] (אזוי ווי [[פרעה]] אין [[מצרים]]), און אליעזר עבד אברהם איז נישט דער עוג וואס משה האט אומגעברענגט{{ביאור|די בעלי התוספות ברענגען נישט די ווערטער "שלא יהא שכר לרשעים בעולם הבא", וואס לויט די גירסא מוז מען זאגן אז אליעזר זעלבסט איז געווען א רשע און איז נישט אריין אין גן עדן{{הערה|ילקוט הפלאות, אליעזר עבד אברהם א}}. אדער גייט עס אויף די אפשטאמיגע פון אליעזר, אז זיי האבן זוכה געווען צו די מלוכה איבער בשן כדי דערמיט אפצוצאלן דעם זכות פון אליעזר{{הערה|פירוש עין טוב, אויף פרקי דרבי אליעזר פרק ט"ז}}.}}. אנדערע ווייזן אבער אויף אז דאס איז א מחלוקת צווישן מדרשים, און לויט איין דעה איז אליעזר זעלבסט געווען דער עוג וועמען משה האט אומגעברענגט און ער איז נישט אריין אין גן עדן{{הערה|פירוש הרד"ל, אויף פרקי דרבי אליעזר פרק ט"ז}}. לויט דער [[אר"י]], זענען אליעזר און עוג געקומען פון די זעלבע שורש נשמה, אליעזר פון די גוטע זייט און עוג פון די שלעכטע{{הערה|[[s:עץ חיים/שער מט/פרק ט|עץ חיים, שער מ"ט פרק ט']]}}. | ||
=== זיין גרויסקייט === | === זיין גרויסקייט === |
רעוויזיע פון 18:03, 9 נאוועמבער 2023
אֱלִיעֶזֶר, אויך גערופן דַּמֶּשֶׂק אֱלִיעֶזֶר, איז געווען דער קנעכט פון אברהם אבינו און פירער פון זיין ווירטשאפט.
אליעזר ווערט דערמאנט ביים נאמען נאר איינמאל אין די תורה, פאר ברית בין הבתרים[1], וואו אברהם דערמאנט אז אליעזר וועט אים ירש'ענען אנשטאט קינדער. חז"ל באצייכענען אבער אז ער איז דער קנעכט וואס ווערט דערמאנט אין בראשית כד, וואס רעדט וועגן דאס זוכן א כלה פאר יצחק, דער זון פון אברהם. פארשידענע מדרשים פון חז"ל פארברייטערן איבער זיין לעבן און שאפן.
אידענטיטעט און פערזענליכקייט
די ראשונים טייטשן אז אליעזר איז געקומען פון שטאט דמשק[2]. טייל קלערן אז זיין אריגינעלער נאמען איז געווען דמשק, און אברהם האט אים גערופן אליעזר[2.1]. איינער פון די אחרונים ערקלערט אז אליעזר איז געווען עלטער ווי אברהם, און אברהם האט געזאגט אז דמשק דער זון פון אליעזר וועט אים ירש'ענען[2.2].
פארשידענע דעות זענען פארהאן אין די מדרשים איבער זיין אידענטיטעט. אין מדרש רבה שטייט אז ער איז כנען, וואס נח האט אים געשאלטן צו זיין א קנעכט[3]. דער מדרש לייגט צו אז מיט זיין דינסט פאר אברהם איז ער ארויס פון די קללה פון נח. דער מדרש דערציילט אז דורכאויס זיין שליחות צו געפינען א כלה פאר יצחק האט ער געגלוסט אז יצחק זאל הייראטן זיין טאכטער, און ער האט מרמז געווען פאר אברהם דערויף, אבער אברהם האט דאס אפגעווארפן צוליב די קללה פון נח[4].
אין תרגום יונתן[5] שטייט: "אליעזר בר נמרוד". אויך אין ילקוט שמעוני ווערט געברענגט אז אליעזר איז געווען א זון פון נמרוד[6]. אין פרקי דרבי אליעזר[7] שטייט אז אברהם האט אים באקומען אלס געשאנק פון נמרוד נאכן ווערן געראטעוועט פון אור כשדים, און נאך וואס ער האט געארבעט צו געפינען א כלה פאר יצחק האט אים אברהם באפרייט, ”ונתן לו הקדוש ברוך הוא שכרו בעולם הזה, בשביל שלא יהא שכר לרשעים בעולם הבא, והקימו למלך, והוא עוג מלך הבשן”. די דעה ווערט אויך דערמאנט אין ילקוט שמעוני[8].
די בעלי התוספות[9] האבן זיך געמוטשעט מיט די ווערטער, וויבאלד אין חז"ל ווערט געברענגט אז אליעזר איז אריין לעבעדיגערהייט אין גן עדן[10], דאקעגן עוג מלך הבשן איז אומגעברענגט געווארן דורך משה. זיי האבן פארענטפערט אז עוג איז א טיטל פאר די קעניגן פון בשן (אזוי ווי פרעה אין מצרים), און אליעזר עבד אברהם איז נישט דער עוג וואס משה האט אומגעברענגט[א]. אנדערע ווייזן אבער אויף אז דאס איז א מחלוקת צווישן מדרשים, און לויט איין דעה איז אליעזר זעלבסט געווען דער עוג וועמען משה האט אומגעברענגט און ער איז נישט אריין אין גן עדן[13]. לויט דער אר"י, זענען אליעזר און עוג געקומען פון די זעלבע שורש נשמה, אליעזר פון די גוטע זייט און עוג פון די שלעכטע[14].
זיין גרויסקייט
חז"ל זאגן אז אליעזר איז געווען א ”זקן ויושב בישיבה”, וועלכער האט שולט געווען אין די תורה פון אברהם, אנגעשעפט דערפון און עס אויסגעלערנט פאר אנדערע[15].
לויט א מדרש איז אליעזר געווען פון די איינציגסטע וואס זענען אריין לעבעדיגערהייט אין גן עדן[10]. דער מדרש זאגט אז ער האט אויסגעזען ענליך צו אברהם, און ער האט געוועלטיגט אויף זיין יצר ווי אברהם[16]. אויף אים ווערן גע'דרש'נט די פסוקים "עבד משכיל"[17] און "צדיק אוכל לשובע נפשו"[18].
אין תלמוד בבלי ווערט דערציילט אז אליעזר האט באזוכט אין סדום און האט באוויזן מיט גרויס כיטרישקייט זיך צו ראטעווען פון זייערע פארדארבענע געזעצן, און זיי אפילו אויסנוצן פאר זיינעט וועגן[19].
חז"ל דערמאנען אז אליעזר באדינט אברהם אויך נאך זיין פטירה, שטייענדיג ביים טיר פון מערת המכפלה[20]. לויט איין מקור זיצט ער ביים טיר פון גיהנום און שלעפט אהין טייל בעלי עבירה[21]. לויטן אר"י איז מגולגל געווארן די נשמה פון אליעזר אין כלב בן יפונה[22]. לויט איין מקור איז אליעזר זעלבסט געווען א גלגול פון חנוך[23].
זיינע שליחות'ן לויט מדרשי חז"ל
אלס הויפט קנעכט פון אברהם, ווי דער פסוק איז מעיד ”וַיֹּאמֶר אַבְרָהָם אֶל עַבְדּוֹ זְקַן בֵּיתוֹ הַמֹּשֵׁל בְּכָל אֲשֶׁר לוֹ[24]”, איז אליעזר געשיקט געווארן דורך אברהם צו פארשידענע שליחות'ן.
ווען אברהם איז ארויס צו ראטעווען לוט ביי די מלחמת המלכים, שטייט אז ער האט באוואפנט זיינע 318 ”חֲנִיכָיו יְלִידֵי בֵיתוֹ”[25]. דער מדרש ברענגט די דעה פון בר קפרא איז דאס מיינט אליעזר אליינס, וואס זיין נאמען איז גימטריה 318[26][ב], אדער איז אליעזר געווען שקול קעגן די 318 קנעכט[28].
אליעזר איז אויך געווען פון די וואס האבן זיך באטייליגט ביים עקידת יצחק. ווען אברהם אבינו איז געגאנגען מיט זיין זון יצחק צום עקידה, שטייט ”"וַיִּקַּח אֶת שְׁנֵי נְעָרָיו אִתּוֹ"”[29], חז"ל ערקלערן אז דאס מיינט מען אליעזר דער קנעכט פון אברהם, און ישמעאל דער זון פון אברהם[30].
ביים געפונען א כלה פאר יצחק
אליעזר, וואס ווערט נישט דערמאנט מיט זיין נאמען, נאר ווערט באטיטלט דורכאויס די גאנצע געשיכטע "עבד אברהם", איז געשיקט געווארן דורך אברהם צו זיין פאמיליע אין שטאט פון נחור כדי צו געפונען א ווייב פאר יצחק און איר ברענגען קיין ארץ ישראל, וויבאלד ער האט נישט געוואלט אז זיין זון זאל הייראטן א כנענישע מויד און נישט אז זיין זון זאל זיך צוריקקערן צום שטאט פון זיין פאמיליע[31].
אליעזר האט מיטגענומען אסאך מתנות, צירונגען און זילבערנע און גאלדענע כלים. ער איז ארויס קיין ארם נהריים און איז אנגעקומען צום שטאט פון נחור. ער האט זיך געשטעלט ביים ברונעם אויסער די שטאט ווען די וואסער-שעפּערינס קומען, און געבעטן א תפילה צו גאט אז דאס מיידל וועם ער וועט בעטן צו טרינקען פון איר קריגל און זי וועט אפפערן אויך צו אנטרינקען די קעמלען זאל זיין די פאסיגע שידוך פאר יצחק.
נאך איידער ער האט געענדיגט זיין תפילה איז רבקה, א טאכטער פון בתואל - אברהם'ס פלומעניק, ארויס שעפן וואסער, ווען ביים איר בעטן אים צו געבן טרינקען האט זי אנגעטראגן אויך צו אנטרינקען די קעמלען. ערשטוינט און געשפאנט צי זי איז טאקע די ריכטיגע שידוך, האט אליעזר איר אהינגעגעבן צירונגען און זיך נאכגעפרעגט פון וואו זי שטאמט, און געבעטן צו נעכטיגן אין איר פאטער'ס הויז. זי האט אים דערציילט אז זי איז א טאכטער פון בתואל, א זון פון מלכה - די ווייב פון נחור, אברהם'ס ברודער, און אים פארבעטן צו קומען ביי זיי נעכטיגן. אליעזר האט געדאנקט און זיך געביקט צו גאט פאר'ן אים פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג.
אליעזר איז אהיים צו רבקה אין שטוב און צוגערעדט אירע עלטערן צום שידוך, זיי האבן צוגעשטימט. רבקה'ס עלטערן האבן געוואלט אז זי זאל הערשט גיין ווען זי איז עלטער, אבער ביים אנפרעגן רבקה אליין איז זי איינגעגאנגען יא צו גיין גלייך. אליעזר האט גענומען רבקה קיין ארץ כנען.
ווען זיי זענען אנגעקומען צו די וואוינארט פון אברהם און זיין פאמיליע, האט יצחק באמערקט די שיירה זיך דערנענטערן. רבקה האט געקוקט אויף אים און איז אראפגעפאלן פונעם קעמל. אליעזר האט איר באוויזן אז דאס אז דער זון פון זיין האר, און פאר אים האט ער דערציילט אלעס וואס איז מיט זיי געווען, און יצחק האט חתונה געהאט מיט רבקה.
די געשיכטע מיט אליעזר און רבקה ביים ברונעם ווערט דריי מאל ברייט געשילדערט אין די קאפיטל; ווי אליעזר פלאנט אויס די מיסיע, ווי עס שפילט זיך פאקטיש אפ, און ווי אליעזר דערציילט עס דאן איבער פאר רבקה'ס עלטערן. חז"ל דרוקן זיך אויס אויף די אריכות אינעם פרשה, אין צייט וואס אנדערע פרשיות איבער "גופי תורה" זענען געשריבן ברמיזה: ”יפה שיחתן של עבדי בתי אבות מתורתן של בנים” (בראשית רבה, פרשה ס', פסקה ח'). פארהאן לייכטע ענדערונגען צווישן די פאקטישע פאסירונגען און די איינצלהייטן וואס אליעזר דערציילט שפעטער איבער, וואס ער האט געטון כדי צו איבעררעדן אירע עלטערן צום שידוך[32].
חז"ל דרוקן זיך אויס אז אליעזר האט געבעטן ”שלא כהוגן”, ווייל דאס מיידל וואס טראגט זיך אן וואלט געקענט זיין א הינקעדיגע אדער בלינדע; מען האט אים אבער געענטפערט פון הימל כהוגן[33].
דער רמב"ם לערנט, באזירט אויף א גמרא[34], אז דער סימן וואס אליעזר האט זיך געמאכט איז געווען ניחוש וואס איז אסור[35]. דער ראב"ד רעאגירט גאר שארף: ”ואי הוו אינהו הוו מפקי פולסי דנורא לאפיה”. דער מהר"ל ערקלערט פארוואס דאס איז נישט געווען אסור, ווייל דער סימן האט געצייגט אז זי איז א גומלת חסדים, און ער וואלט איר דעריבער אויסגעוועלט אויך ווען נישט דעם ניחוש[36].
דרויסנדע לינקס
- מידיע און בילדער איבער אליעזר עבד אברהם אויף וויקיקאמאנס
- לוי מנדלזון, אליעזר עבד אברהם: גם תלמיד חכם - גם מנהל משק, אויף בית חב"ד זייטל
- הרב אהרן לוי, מה אפשר ללמוד מאליעזר עבד אברהם, אויף הידברות זייטל
נאטיצן
- ↑ די בעלי התוספות ברענגען נישט די ווערטער "שלא יהא שכר לרשעים בעולם הבא", וואס לויט די גירסא מוז מען זאגן אז אליעזר זעלבסט איז געווען א רשע און איז נישט אריין אין גן עדן[11]. אדער גייט עס אויף די אפשטאמיגע פון אליעזר, אז זיי האבן זוכה געווען צו די מלוכה איבער בשן כדי דערמיט אפצוצאלן דעם זכות פון אליעזר[12].
- ↑ אין סוכה לא, א ווייזט אויס אז אברהם האט יא געהאט 318 קנעכט. דער רבנו בחיי[27] טייטשט אז אברהם האט טאקע פארמאגט 318 קנעכט, נאר אלס די דין פון "איש הירא ורך הלבב" (דברים כ, ח) איז ער למעשה ארויס קעמפן נאר מיט אליעזר. ענליך שטייט אין מדרש תנחומא הישן, פרשת לך אות ט"ז, אז די אנדערע האבן זיך צוריקגעקערט צוליב זייערע עבירות און בלויז אליעזר האט נישט געהאט קיין זינד.
רעפערענצן
- ↑ בראשית טו, ב
- ↑ רש"י, בראשית טו, ב, לויט אונקלוס; רס"ג, רמב"ן, רבינו מיוחס און ספורנו, דארט.
- ↑ בראשית רבה, פרשה ס', פסקה ז'; ויקרא רבה, פרשה י"ז, פסקה ה'.
- ↑ בראשית רבה, פרשה נ"ט, פסקה ט'.
- ↑ תרגום יונתן, בראשית יד, יד
- ↑ ילקוט שמעוני, בראשית, רמז ק"ט
- ↑ פרקי דרבי אליעזר, פרק ט"ז
- ↑ ילקוט שמעוני, במדבר, רמז תשס"ה. זעט אויך תנא דבי אליהו זוטא פרק כ"ד, אז עוג מלך הבשן האט באדינט אברהם.
- ↑ דעת זקנים, פרשת חיי שרה
- ↑ 10.0 10.1 מסכת דרך ארץ זוטא, פרק א': "תשעה נכנסו בחייהם בגן עדן, ואלו הן: חנוך בן ירד, ואליהו ומשיח, ואליעזר עבד אברהם, וחירם מלך צור, ועבד מלך הכושי, ויעבץ בנו של רבי יהודה הנשיא, ובתיה בת פרעה, וסרח בת אשר, ויש אומרים אף רבי יהושע בן לוי".
- ↑ ילקוט הפלאות, אליעזר עבד אברהם א
- ↑ פירוש עין טוב, אויף פרקי דרבי אליעזר פרק ט"ז
- ↑ פירוש הרד"ל, אויף פרקי דרבי אליעזר פרק ט"ז
- ↑ עץ חיים, שער מ"ט פרק ט'
- ↑ יומא כח, ב
- ↑ בראשית רבה, פרשה נ"ט, פסקה ח'.
- ↑ בראשית רבה, פרשה ס', פסקה ב'
- ↑ במדבר רבה, פרשה כ"א, פסקה כ'
- ↑ סנהדרין קט, ב
- ↑ בבא בתרא נח, א
- ↑ מגלה עמוקות מהדורא תנינא, פרשת וירא, בשם מדרש.
- ↑ שער הפסוקים פרשת חיי שרה
- ↑ ילקוט ראובני, פרשת לך
- ↑ בראשית כד, ב
- ↑ בראשית יד, יד
- ↑ בראשית רבה, פרשה מ"ג, פסקה ב'
- ↑ רבינו בחיי, בראשית יד, יד
- ↑ נדרים לב, א; תרגום יונתן, בראשית יד, יג
- ↑ בראשית כב, ג
- ↑ מדרש זוטא קהלת, פרשה ט.
- ↑ ספר בראשית, קאַפּיטל כ"ד.
- ↑ מלבי"ם, כד, לז.
- ↑ תענית ד, א
- ↑ חולין צה, ב
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק י"א, הלכה ד'
- ↑ גור אריה, בראשית כד, יד