אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מסכת בבא קמא"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(פארברייטערט)
(המשך)
שורה 13: שורה 13:

[[רבי מנחם המאירי]] האט געשטעלט מסכת נזיקין (אנגעהויבן מיט בבא קמא) ביים ענדע פון סדר נזיקין, נאך די אנדערע מסכתות וועלכע רעדן זיך פון די דיינים זעלבסט, זייער אויטאריטעט און פירונג, און זייערע מיטלען פון שטראפן (אריינגערעכנט [[דיני נפשות]]){{הערה|בית הבחירה, אין די פתיחה בעפאר מסכת ברכות און אין אנהייב מסכת בבא קמא}}.

==פרקים און אינהאלט==
די ערשטע זעקס פרקים באהאנדלען בעיקר "נזקי ממון" – שאדנס וועלכע ווערן אויסגעפירט דורך זיין אייגנטום אויף וואס ער איז פאראנטווארטליך. די לעצטע פיר רעדן זיך בעיקר פון שאדנס אויסגעפירט דורך דער מענטש זעלבסט:

'''ארבעה אבות''' – די [[ארבעה אבות נזיקין]], און אלגעמיינע דינים אין הלכות נזיקין. דער פרק פארמאגט פיר משניות{{הערה|דער צאל פון משניות אין אלע פרקים לויט ווי געדרוקט אין [[דפוס ראם]], ווילנא תרפ"ט. אין אנדערע דרוקן קען עס זיין אנדערש איינגעטיילט.}}.

'''כיצד הרגל''' –

'''המניח''' –

'''שור שנגח ארבעה וחמשה''' –

'''שור שנגח את הפרה''' –

'''הכונס''' –

'''מרובה''' –

'''החובל''' –

'''הגוזל עצים''' –

'''הגוזל ומאכיל''' –

==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
{{רעפערענצן}}
{{רעפערענצן}}

רעוויזיע פון 17:48, 2 נאוועמבער 2023

דער ערשטער עמוד פון מסכת בבא קמא

בָּבָא קַמָּא ("ערשטער טויער") איז דער ערשטער חלק פון מסכת נזיקין וואס הייבט אן סדר נזיקין, דער פערטער סדר אין משניות. דער חלק באהאנדלט בעיקר דיני נזיקין - וואס דער מענטש דארף באצאלן אויף שאדנס וואס ער אדער זיין אייגנטום האט צוגעברענגט.

די דרייסיג פרקים פון מסכת נזיקין ווערן איינגעטיילט אין דריי, צען פרקים פער חלק, ווען בבא קמא ווערט נאכגעפאלגט מיט בבא מציעא (מיטלסטער טויער) און בבא בתרא (לעצטער טויער); יעדער פון די חלקים ווערט אבער אויך באטראכט ווי א מסכתא פאר זיך.

בבא קמא איז איינגעטיילט אין צען פרקים, וואס אין זיי 79 משניות. עס האט א גמרא אין תלמוד בבלי, וואס אנטהאלט 118 דפים אין די אנגענומענע צורת הדף, און אין תלמוד ירושלמי.

ארט אין סדר נזיקין

דער רמב"ם ערקלערט[1] אז די מסכת הייבט אן סדר נזיקין, וויבאלד עס רעדט זיך פון עקסידענטן און שאדנס וועלכע דארפן ווערן פארמיטן בעפאר אנדערע דיני ממונות, ”ואין השופט רשאי להקדים דבר, קודם שיסיר ההיזק מבני אדם, ומפני זה הקדים אותה בראשונה על שאר הדינין”.

רבי מנחם המאירי האט געשטעלט מסכת נזיקין (אנגעהויבן מיט בבא קמא) ביים ענדע פון סדר נזיקין, נאך די אנדערע מסכתות וועלכע רעדן זיך פון די דיינים זעלבסט, זייער אויטאריטעט און פירונג, און זייערע מיטלען פון שטראפן (אריינגערעכנט דיני נפשות)[2].

פרקים און אינהאלט

די ערשטע זעקס פרקים באהאנדלען בעיקר "נזקי ממון" – שאדנס וועלכע ווערן אויסגעפירט דורך זיין אייגנטום אויף וואס ער איז פאראנטווארטליך. די לעצטע פיר רעדן זיך בעיקר פון שאדנס אויסגעפירט דורך דער מענטש זעלבסט:

1. ארבעה אבות – די ארבעה אבות נזיקין, און אלגעמיינע דינים אין הלכות נזיקין. דער פרק פארמאגט פיר משניות[3].
2. כיצד הרגל
3. המניח
4. שור שנגח ארבעה וחמשה
5. שור שנגח את הפרה
6. הכונס
7. מרובה
8. החובל
9. הגוזל עצים
10. הגוזל ומאכיל

רעפערענצן

1. פירוש המשניות, הקדמה
2. בית הבחירה, אין די פתיחה בעפאר מסכת ברכות און אין אנהייב מסכת בבא קמא
3. דער צאל פון משניות אין אלע פרקים לויט ווי געדרוקט אין דפוס ראם, ווילנא תרפ"ט. אין אנדערע דרוקן קען עס זיין אנדערש איינגעטיילט.