אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:חלב עכו"ם"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 10:44, 22 נאוועמבער 2022
חלב עכו"ם איז מילך וואס א גוי האט געמאלקן און קיין ייד איז נישט געווען דערבײַ. חז"ל האבן דאס גע'אסרט צו טרינקען (משנה מסכת עבודה זרה) ווייל זיי האבן חושש געווען אז דער גוי וועט אפשר אריינמישן מילך פון א טרייפענער בהמה (למשל א חזיר אדער א קעמל).
פוטער פון א גוי האט מען נישט גע'אסרט ווייל פון טרייפענעם מילך קען מען נישט מאכן קיין פוטער.
רבי משה פיינשטיין איז מתיר דאס אלגעמיינע מילך אין אמעריקע היינט ווען די רעגירונג פירט אדורך די געזעצן, און די OU פארלאזט זיך אויף זיין פסק. אזוי אויך האט דער פרי חדש מתיר געווען דאס מילך אין עגיפטן אין זיין צייט.[1]
קעז פון א גוי איז אסור צוליב אן אנדער גזרה פון גבינת עכו"ם.
רעפערענצן
- ↑ פרי חדש, סי' קטו סעי' ו