אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:עבענזע"
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
ק (קאארדינאט) |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש = sub-camp of Mauthausen concentration camp (1943-1945)|דייטש=Außenlager des KZ Mauthausen (1943-1945)|}} | {{Coord|47.7875|13.75777778|display=title}}{{דעסקריפציע||ענגליש = sub-camp of Mauthausen concentration camp (1943-1945)|דייטש=Außenlager des KZ Mauthausen (1943-1945)|}} | ||
[[טעקע:Ebensee Camp.jpg|קליין|עבענזע]] | [[טעקע:Ebensee Camp.jpg|קליין|עבענזע]] | ||
'''עבנזע''' ([[דייטש]]: ''Ebenzee'') איז געווען א לאגער וואס מערסטנס מענטשן זענען דארטן אומגעקומען און עס האט אויך פארמאגט א קרעמאטאריום צו פארברענען די טויטע, ביי די פארהאלטענע דארטן האט מען גערופן דעם לאגער-גאז קאמען, און דעם רעוויר (שפיטאל)-קרעמאטאריום, ווייל עס האט זיך כמעט נישט געמאכט אז איינער זאל ארויסקומען פון דארטן לעבעדיג | '''עבנזע''' ([[דייטש]]: ''Ebenzee'') איז געווען א לאגער וואס מערסטנס מענטשן זענען דארטן אומגעקומען און עס האט אויך פארמאגט א קרעמאטאריום צו פארברענען די טויטע, ביי די פארהאלטענע דארטן האט מען גערופן דעם לאגער-גאז קאמען, און דעם רעוויר (שפיטאל)-קרעמאטאריום, ווייל עס האט זיך כמעט נישט געמאכט אז איינער זאל ארויסקומען פון דארטן לעבעדיג |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:51, 8 דעצעמבער 2023
עבנזע (דייטש: Ebenzee) איז געווען א לאגער וואס מערסטנס מענטשן זענען דארטן אומגעקומען און עס האט אויך פארמאגט א קרעמאטאריום צו פארברענען די טויטע, ביי די פארהאלטענע דארטן האט מען גערופן דעם לאגער-גאז קאמען, און דעם רעוויר (שפיטאל)-קרעמאטאריום, ווייל עס האט זיך כמעט נישט געמאכט אז איינער זאל ארויסקומען פון דארטן לעבעדיג
דער לאגער האט אנגעהערט צו דעם מאטהויזען קאנצעטראציע נעטווארק, איינס פון די בערך 50 פיליאלן.
אין סוף מלחמה יארן איז דאס בעיקר גענוצט געווארן צוליב די בערג ארום ווי ווייטער אויסגעשמועסט.
אנדערש ווי רוב לאגערן איז דאס נישט בעיקר געווען געצילט פאר אידן, נאר פאר פארהאפטע ד.ה. פאליטיש באשטראפטע, און בלויז ארום 10 פראצענט זענען געווען אידן.
בעפארן קריג
בעפארן קריג איז דאס שטעטל געווען א קור ארט, צוליב די פרישע לופט און די גרויסע בערג ארום פון 3 זייטן, און פון די 4-טע זייט איז געווען א וואסער אזוי אז דאס האט געדינט פאר אן אפגעזונדערט שטעטל מיט פרישע געזונטע לופט, וואס האט געדינט פאר אלטע און שוואכע, ווי אויך פאר טוריזם אטראקציע
אנהייב קריג
ביים קריג האבן די נאציס ימ"ש אוועק געטריבן די איינוואוינער און געשאפן דארטן א לאגער וואס איז געווען אזוי ווי א תפיסה פאר פארהאפטע, ד.ה. פאליטיש באשטראפטע, בעיקר דייטשן וואס זענען געווען פארכאפט און קאמוניזם ווי אויך אויסלענדישע ארעסטאנטע
אלס א געהיימער וואפן זאפאס
אין 1943 ווען די מלחמה האט זיך אויסגעדרייט און עס האט אנגעהוין צו גיין אויף ריכטונג פון די אליאירטע האבן די דייטשן געזוכט באהאלטענע ערטער ווי צו קענען אנפירן מיט זייערע וואפן פראדוקציע אפעראציעס אזוי ווי דאס פלאץ איז געווען ארום גענומען מיט הויכע בערג האבן זיי באשלאסן דארטן אריינצוגראבן מינעס-טונעלן אונטער די בערג און דארטן סטארעדזשן זייערע געווער אז אפילו אויב די אליאירטע וועלן געוואויר ווערן זאלן זיי דאס נישט קענען באמבאדירן פון אויבן מיט עראפלאנען
געהיימער פראיעקט
צוליב די אויבענדערמאנטע סיבה פון די הויכע בערג, האבן די דייטשן אויך אריבערג געפירט אהין זייער סענטראלע אפעראציע פון דעם וואונדער-וואפן פריאעקט (זייער אטאם באמבע פרואוו)
ארבעטס פירמעס
על פי רוב האט מען דארטן געארבעט פאר פירמעס וואס די דייטשן האבן אויפגענומען און נישט דירעקט פאר די נאצי'ס צ.ב.ש. א חלק פון די גראב ארבעט, ד.ה. שטיין ברוך איז געטון געווארן דורך די Hoffman Macnuen פירמע, וואס עס זענען נאך דא עטליכע עלטערע אידן היינט וואס זיי געדענקען נאך די פירמע צום גוטן צוליב זייער פארהעלטנסמעסיגע גוטער אויפפירונג לויט די אומשטענדן, ד.ה. צ.ב.ש. זיי האבן געטיילט לרחבה צוגארעטן וואס די אידן האבן גענוצט אויפצוטוישן אויף עטוואס מער פון דאס פארשימלט שטיקל ברויט
סוף מלחמה
סוף 1944 ווען עס איז שוין געגאנגען גאר נישט צום גוטן פאר דעם דייטשן נאצי שלאנג האט דער לאגער זיך געטוישט צו א מאסף לכל המחנות, בעיקר האט מען אהינגעברענגט פון די לאגערן וואס מען איז אנטלאפן פון די אמעריקאנער מיליטער וואס זענען געקומען פון מערב צו, (א גרויס חלק זענען אהין געקומען פון מאטהויזען זייענדיג א פיליאלע פון דעם נעטווארק וואס דארטן איז שוין נישט געווען קיין פלאץ, אבער אין דער צייט האט מען שוין נישט געארבעט דארטן נאר און די מינע'ס, נאר מען האט זיך שוין פארנומען מיט אנדערע ארבעט אויך, צ.ב.ש. בויען שינעס פאר ציווילע באנען פאר די ארטיגע באפלעקערונג צווישן די דערפער
היינט צוטאג
נאכדעם וואס די קריג האט זיך געענדיגט זענען נאך אויף א משך פון עטליכע חדשים געבליבן דארטן טויזנטער קאצעטלער וואס האבן נישט געהאט ווי צו גיין.
אבער צעביסלעך איז דאס געווארן אויסגעליידיגט און עס איז געווארן צוריק דער קור ארט וואס עס איז געווען פון בעפאר
די מינעס איז א חלק געבליבן אזוי ווי עס איז געווען דעמאלטס אלס א מוזעאום פון דעם לאגער, און א חלק איז פארמאכט געווארן, און א חלק נוצט מען נאך היינט צוטאגס ארויס צו שעפן נאטורליכע אוצרות אוצרות פון דער ערד
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!