אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:כינעזער וואנט"
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
ק (קאארדינאט) |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש = Series of fortifications built along the historical border of China|העב=מערך ביצורים סיני היסטורי|דייטש=historische Grenzbefestigung in China|}} | {{Coord|40.41666667|116.08333333|display=title}}{{דעסקריפציע||ענגליש = Series of fortifications built along the historical border of China|העב=מערך ביצורים סיני היסטורי|דייטש=historische Grenzbefestigung in China|}} | ||
[[טעקע:GreatWall 2004 Summer 4.jpg|left|thumb|250px|די גרויסע וואנט פון כינע]] | [[טעקע:GreatWall 2004 Summer 4.jpg|left|thumb|250px|די גרויסע וואנט פון כינע]] | ||
די '''גרויסע כינעזער וואנט''' (ענגליש: ''Great Wall of China'') איז א שטיינערנע מויער וועלכע איז געבויט געווארן צו באשיצן די גרעניצן פון צפון [[כינע]] און ציט זיך הונדערטער מיילן אויף שפיץ בערג. די וואנט איז עטליכע מאל איבערגעמאכט געווארן ווען גרעניצן האבן זיך געטוישט. אויף טייל ערטער אין כינע קען מען נאך היינט טרעפן איבערבלייבענישן פון די כינעזע וואנט וועלכע זענען צוברעקלט געווארן ווען די וואנט איז גערוקט געווארן אויף אן אנדער ארט. די וואנט ציט מיליאנען [[טוריסט|באזוכער]] יעדעס יאר ביי איינע פון אירע ווינקלן נעבן די הויפט שטאט [[בעדזשינג]] און אויף נאך געציילטע ערטער. | די '''גרויסע כינעזער וואנט''' (ענגליש: ''Great Wall of China'') איז א שטיינערנע מויער וועלכע איז געבויט געווארן צו באשיצן די גרעניצן פון צפון [[כינע]] און ציט זיך הונדערטער מיילן אויף שפיץ בערג. די וואנט איז עטליכע מאל איבערגעמאכט געווארן ווען גרעניצן האבן זיך געטוישט. אויף טייל ערטער אין כינע קען מען נאך היינט טרעפן איבערבלייבענישן פון די כינעזע וואנט וועלכע זענען צוברעקלט געווארן ווען די וואנט איז גערוקט געווארן אויף אן אנדער ארט. די וואנט ציט מיליאנען [[טוריסט|באזוכער]] יעדעס יאר ביי איינע פון אירע ווינקלן נעבן די הויפט שטאט [[בעדזשינג]] און אויף נאך געציילטע ערטער. |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:23, 8 דעצעמבער 2023
די גרויסע כינעזער וואנט (ענגליש: Great Wall of China) איז א שטיינערנע מויער וועלכע איז געבויט געווארן צו באשיצן די גרעניצן פון צפון כינע און ציט זיך הונדערטער מיילן אויף שפיץ בערג. די וואנט איז עטליכע מאל איבערגעמאכט געווארן ווען גרעניצן האבן זיך געטוישט. אויף טייל ערטער אין כינע קען מען נאך היינט טרעפן איבערבלייבענישן פון די כינעזע וואנט וועלכע זענען צוברעקלט געווארן ווען די וואנט איז גערוקט געווארן אויף אן אנדער ארט. די וואנט ציט מיליאנען באזוכער יעדעס יאר ביי איינע פון אירע ווינקלן נעבן די הויפט שטאט בעדזשינג און אויף נאך געציילטע ערטער.
די כינעזע וואנט איז באוואוסט אלס כינע'ס נאציאנאלע סימבאל וועלכע קען געזען ווערן אין קאסמאס ווייל די וואנט ציט זיך אויף הויכע בערג. עטליכע אסטראנאטן האבן געזאגט אז זיי האבן קלאר געקענט זען די וואנט ווי זי שלענגלט זיך לענגאויס די צפון גרעניצן. לויט היסטאריקער איז אבער די ריכטיגע כינעזער וואנט נישט אזוי גרויס אז מען זאל איר קענען זען פון קאסמאס נאר עס באהעפט זיך מיט זייער אסאך אנדערע מויערן און טורעמעס וועלכע שאפן צוזאמען א גרויסן בילד פן כינע'ס צפון גרעניצן. די וואנט האט זיג-זאג שפיצן וועלכע'ס דיזיין ווערט גענוצט איבער דער וועלט צו סימבאליזירן כינע. אין אונזער פאל איז באקאנט די ווייסע שבת'דיגע "וואל אוו טשיינע" טישטעכער וועלכע ענדיגן זיך מיט די זעלבע דיזיין ווי די כינעזישע וואנט.
איר שאפונג
אמאליגע צייטן איז געווען שטארק איינגעפירט ביי אלע אייראפעאישע און אזיאטישער לענדער צו בויען מויערן ארום זייערע טעריטאריעס זיך צו פארזיכערן פון מעגליכע פיינטליכע אנגרייפונגן. די מויערן פלעגן געבויט ווערן פון ריזיגע שטיינער געמישט מיט ערד און ליים. טייל פון די מויערן ווערן געשאצט אלס טויזענטער יארן אלט. כינע האט געהאט אסאך מלחמות בעפאר עס איז אפיציעל געווארן כינע. עס זענען געווען צענדליגער קעניגן וועלכע האבן יעדע איינע געוועלטיגט אויף אנדערע טעריטאריעס, וועלכע זיי האבן פארזיכערט מיט שטארקע מויערן. אינעם 16'טן יאָרהונדערט האבן טויזענטער ארבייטער זיך גענומען באהעפטן די אלע ווענט צו איין גרויסע מויער אבער אן פונקטליכע מאפעס איז עס געווען א שווערע ארבעט און ווי עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט האבן די ארבייטער געמאכט אסאך טעותים און די וואנט האט נישט דעגרייכט אלע שטעט. לויט דאקומענטן פון יענע צייטן זענען די ארבייטער דורכגעגאנגן און איבערגעמאכט א שטח פון 1500 מייל (2400 קילאמעטער). די וואנט זעלבסט איז אנדערש אויף יעדע ארט סיי אין גרויסקייט און סיי געבוי. אויף סטראטעגישע פונקטן, ווי די אטראקציע ארט אין בעדזשינג, איז דער געשטעלט פון די וואנט ארום 25 פיס הויך און 30 פיס ברייט. דאס איז ספעציעל אזוי געבויט געווארן כדי דאס מיליטער זאל קענען מארשירן אויף די וואנט אן קיין שטערונגן. אויף טייל ערטער איז אויך פאראן הויכע טורעמעס פון גאר אלטע צייטן וועלכע האבן געדינט אלס קאמיוניקאציע צענטערן צווישן די כינעזער מיליטער וועלכע האבן זיך געווינקן מיט סימנים ווען אומגעווינטשענע געסט זענען געקומען נאנט צו די מויערן.
די וואנט אין פארשידענע צייטן
די וואנט איז אמאל נישט געווען באוואוסט אין די מערב וועלט לענדער ביז אינעם 19'טן יאָרהונדערט ווען די רעפובליק רעגירונג האט אונטערגענומען א פרישע בוי ארבעט אויף די פילע ווענט זיי צוזאמענצוברענגן. פאר די כינעזער איז אלע יארן געווען באקאנט צוויי הויפט ווענט אויף צוויי אנדערע זייטן פון לאנד מיט צוויי באזונדערע נעמען, אפילו ווען די פילע ווענט זענען שוין געווען באהאפטן איז נאך אלס געבליבן די צוויי נעמען ביז די מערב וועלט טוריסן האבן עס אנגעהויבן רופן די גרעיט וואל אוו כינע. צווישן די פילע מויערן איז געווען א באזונדערע מויער ארום די הויפט שטאט בעדזשינג וועלכע איז פארניכטעט געווארן ווען די קאמוניסטן זענען געקומען צו דער מאכט און דורכגעפירט א קולטורל רעוואלוציע צושטערנדיג אלעס וואס געהאט צו טאן מיט טראדיציאנאלע קולטורל. אפגעזען פון איר היסטארישן ווערט האבן די קאמוניסטן אראפגעריסן די גאנצע מויער ארום די הויפט שטאט און נאך מויערן אין אנדערע שטעט. אין די לעצטע יארן ווען נאציאנאליזם איז שטערקער געווארן אין כינע האט די רעגירונג אנגעהויבן א גרויסע רענאוואציע קאנטראקט מיט צענדליגער קאנסטראקשן פירמעס וועלכע האבן רענאווירט די וועלט'ס גרעסטע מויער און עס אפיציעל געעפנט פאר טוריסטן.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!