אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:זית רענן"
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
ק (החלפת טקסט – "ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|3]]" ב־"ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|03]]") |
||
שורה 17: | שורה 17: | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי| | [[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|03]] |
רעוויזיע פון 19:13, 20 דעצעמבער 2023
זית-רענן איז אַ ייִדישער יישוב אינעם יישובים-בלאָק טלמונים-דולב. דער יישוב געהערט צום רעגיִאָנאַלן ראַט מטה בנימין און ווערט פאָרמעל באַטראַכט ווי אַ קוואַרטאַל פונעם דערבייאיגן יישוב נריה. זית-רענן געפינט זיך אַן ערך 16 קילאָמעטער צום צפון-מזרח פון מודיעין און קרית ספר אויף דער הייך פון 620 מעטער איבערן ים-ניוואָ.
זית-רענן איז געגרינדעט געוואָרן אינעם חודש תמוז ה'תשס"א. זיין נאָמען איז אים געגעבן געוואָרן אין אָנדענק פון הרב שלמה רענן, וועלכער איז געהרגעט געוואָרן דורך אַן אַראַבישן טעראָריסט אין חברון. אינעם יישוב וואוינען אַרום 20 משפחות. זיי אַלע געהערן צום נאַציִאָנאַל-רעליגיִעזן סעקטאָר. 2 משפחות וואוינען אין סטאַציִאָנערע געבייען, די איבעריקע – אין קאַראַוואַנען. אין זית-רענן איז דאָ אַ שול און אַ שווים-באַסיין.
לעבן זית-רענן געפינט זיך די נאַטור-רעזערוואַציע דולב.
דרויסנדע לינקס
- זית-רענן אויפן וועבזייטל פון יש"ע-ראַט (אויף העברעיש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!