אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:דריידל"
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
אין תקציר עריכה |
||
שורה 13: | שורה 13: | ||
{{קאמאנסקאט|Dreidels|דריידלעך}} | {{קאמאנסקאט|Dreidels|דריידלעך}} | ||
* [http://yiddish.forward.com/node/1085 מעטאפיזיק פונעם דריידל], [[פארווערטס]], [[חנוכה]] תשס"ח. | * [http://yiddish.forward.com/node/1085 מעטאפיזיק פונעם דריידל], [[פארווערטס]], [[חנוכה]] תשס"ח. | ||
{{חנוכה}} | |||
[[קאַטעגאָריע:חנוכה]] | [[קאַטעגאָריע:חנוכה]] | ||
[[קאַטעגאָריע:שפילן]] | [[קאַטעגאָריע:שפילן]] |
רעוויזיע פון 12:04, 29 נאוועמבער 2023
א דריידל (וועסט-יידיש: טרענדל) איז א טראדיציאנעל שפיל פון חנוכה וואס לויט דער יידישער טראדיציע האבן זיך די קינדער געשפילט אין די צייטן פון די יונים ווען זיי האבן נישט געלאזט לערנען תורה און מען האט געמוזט לערנען באהאלטענערהייט און ווען די יונים זענען געקומען האבן זיי זיך געמאכט ווי זיי שפילען דריידל.
א דריידל איז א קעסטל פון פיר זייטן אין עס ווערט שיף פון אונטען און עס האט אן אנכאפער פון אויבן און אויף די פיר זייטן שטיייען די פיר אותיות - נ - ג - ה - ש - די אפטייטש איז נישטס (גארנישט) - גוט (אדער גאנץ) - האלב - שלעכט (אדער שטעל). שפעטער האט מען אויך געזאגט אז דאס איז מרמז: נס גדול הי' שם דאס מיינט א גרויסער נס איז דארט געשען דאס גייט ארויף אויף דעם נס פון דער מנורה אין די צייטן פון די חשמונאים.
דאס שפיל גייט אז יעדער לייגט אריין געלט אין דער באנק און מען דרייט דאס דריידל פון אויבן און מען לאזט עס דרייען ביז עס פאלט אראפ אויף איינעם פון די אותיות אדער קען מען דאס אפשטעלן אינמיטן דרייען. און די פיר אותיות פרעזענטירן דאס שפיל. ביי נאך א גירסה נון מיינט נעם אז דו קענסט נעמן די גאנצע באנק, גימל מיינט געב אז דו דארפסט אריישטעלן אין באנק, היי מיינט האלב אז דו קענסט נעמן א האלבע באנק, שין מיינט שטעלן אז יעדער מוז אריינשטעלן אין דער באנק איז דו קענסט איבערגיין מיטן דריידל ביז דריי מאל.
דער מנהג צו שפילן דריידל אין חנוכה ווערט געברענגט אין ספרים, אויך די חסידישע רבי'ס האבן געשפילט דערין, עס ווערט דערמאנט אין ספר בני יששכר, און אין ספר שיחות הר"ן סימן מ'.
דרויסנדע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: דריידל |
- מעטאפיזיק פונעם דריידל, פארווערטס, חנוכה תשס"ח.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!