אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:זשעטל"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 35: | שורה 35: | ||
[[קאַטעגאָריע:שטעטלעך אין בעלארוס]] | [[קאַטעגאָריע:שטעטלעך אין בעלארוס]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אידישע יישובים אין אייראפע]] | [[קאַטעגאָריע:אידישע יישובים אין אייראפע]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 16:22, 27 נאוועמבער 2022
|
זשעטל (בעלאַרוסיש: Дзятлава, רוסיש: Дятлово, פּויליש: Zdzięcioł, ליטוויש: Zietela) איז א שטעטל אין היינטיגן בעלארוס, 165 ק"מ דרום-מזרח פון הוראדנא.
אין יאר 1995 איז איר באפעלקערונג געווען 8,900. די שטאט האט א באן סטאנציע, צווישן באראנאוויטש און לידא.
געשיכטע
זשעטל ווערט דערמאנט צום ערשטן אין דאקומענטן פון יאר 1498, אז מ'האט געגעבן דאס שטעטל צום פירשט קאנסטאנטין אסטראגסקי, וואס האט געבויט דארטן א הילצערנעם שלאס. אין 17טן יאר הונדערט איז דער פריץ געווען לעוו סאפיעהא. ער האט געהייסן בויען א קאטוילישע קירכע אינעם רינעק, וואס שטייט נאך אלץ. אין אנהייב 1708 במשך דער גרויסער צפונדיקער מלחמה האט דער קיסר פעטער דער ערשטער באזוכט זשעטל און פארזוימט דארטן א וואך צייט.
ביז צום צווייטן וועלט קריג איז די באפעלקערונג געווען אין מייסטענס יידן. די יידישע באפעלקערונג אין זשעטל איז געווען 3,033 אין 1897, און 3,450 אין 1926.[1] אין 1942 איז פארגעקומען א גרויסע רציחה אין זשעטלער קאצעט, ווען עסטאנישע פאליציי האבן אויסגעהרגעט 1500 יידן אן רחמנות.
פערזענלעכקייטן
- דער דובנער מגיד (1741-1804)
- הר"ר ישראל מאיר הכהן קאגאן, דער חפץ חיים
- הר"ר ברוך סאראצקין
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!