אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:זשוק"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קאין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 10:42, 22 נאוועמבער 2022

Coleoptera collage.png

זשוקעס אדער דזשוכעס (Coleoptera) זענען די גרעסטע גרופע פֿון אינסעקטן. עס זענען דאָ בערך 400,000 באַשריבענע לעבעדיקע זגאלן זשוקעס: בערך 40% פֿון אַלע באַקאַנטע אינסעקטן. עס זענען דאָ 800,000 צו איין מיליאָן אָפּגעשאַצטע לעבעדיקע זגאלן. זשוקעס לעבן כמעט איבעראַל, אבער נישט אינעם אקעאן אדער ביי זייער קאַלטע פּלאַצן אזוי ווי אנטארקטיקע.

זשוקעס האבן דערגרייכט אַ זייער גרויסע פֿאַראייגענונג ראַדיאַציע אַנפֿאַנגס זייער היסטאָריע. די עוואָלוציע פֿון בליענדיקע פלאנצן האט געהאלפן צושאָקלען די פֿאַרשיידנערליי פֿון די זשוקעס. פֿיר פֿון די זעקס גרעסטע זשוק פֿאַמיליעס עסן געוויינטלעך בליענדיקע פלאנצן.

קערפער

ענלעך מיט אַנדערע אינסעקטן, עס זענען דאָ דריי הויפט טיילן פֿון אַ זשוק'ס קערפער: דער קאָפּ, דער ברוסטקאַסטן און דער בויך. אויפֿן קאָפּ האבן די זשוקעס טאַפֿערס, אויגן און אַ מויל. די פֿיס און פֿליגלען פֿונעם זשוק זענען פֿאַרבונט צו דער ברוסטקאַסטן. געוויינטלעך, דער בויך פֿון אַ זשוק האט נישט ספּעציעלע דרויסנדיקע טיילן, אבער עס אַנטהאַלט דער זשוק'ס פֿאַרדייאונגס-קאַנאַל. ענלעך מיט אַנדערע אינסעקטן האבן זשקועס נישט קיין אינעווייניקע ביינער, אבער אָנשטאָט אַ שטייַפֿער דרויסנדיקער סקעלעט אויפֿן קערפער. דער דרויסנדיקער סקעלעט ווערט געמאַכט פֿון שטייַפֿע טעוועלעך פֿון כיטין (ענ').

וועבלינקען

מוסטער:ביאלאגיע-שטומף