אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:זכות ישראל"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(פארראכטן קאטעגאריע)
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 10:42, 22 נאוועמבער 2022

זכות ישראל איז א ספר פון הרב ישראל בערגער, וואס אנטהאלט הונדערטער מעשיות, שמועסן, בריוו, פשטים, רעיונות, לעבענס ביאגראפיע פון רביים פון חסידישע הויפן.

דער ספר האט הסכמות פון גדולי הדור אין זיינער צייט ווי דער שדי חמד, ספינקער רבי יוסף מאיר מספינקא. דער בערזשאנער רב מהרש"ם, דער אדר"ת פון ארץ ישראל, פלונסק רב, און שיינע בריוו פון רבי יהושע דזשיקאווער, פון באניאדער רב, און נאך. אויך איז דארט דא אסאך שיינע בריוו פון רביים ווי דער צאנזער רב שרייבט אים א ווארימען בריוו ווען ער איז אלט געווען בלויז אכטצן יאהר, און אויך דער ייטב לב, רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים.

עס איז א גרויסער אוצר פון אסאך חסידישע מעשיות און פאסירונגען, א גרויסע מעלה איז אז אלעס ברענגט ער פון א מקור, פון ווי ער האט עס גענומען, און גענומען האט ער עס פון אלע חסידישע ספרים פון גרויסע רביים וואס שרייבן מעשיות אויף זייערע באקאנטע., דער ספר האט געמאכט א גרויסער רושם אין עולם החסידות.

היינט צו טאג איז עס געווארן איבערגעדרוקט דורך צוויי גרויסע פירמעס וואס דרוקן ספרים. א) הוצאת נר למאור (וואגשאהל). ב) הוצאת רבי חיים יוסף וואלדמאן, בעלז.

עס אנטהאלט אין זיך פיר ספרים:

דאס האט געשריבן הרב ר' ישראל בערגער, רב אין בוקארעסט רומעניע. עס איז ארויס געקומען פון דרוק אין א תקופה פון פיר יאר ה'תרס"ו - ה'תר"ע.