אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:באנק אגודת ישראל"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||}}" ב־"")
שורה 22: שורה 22:
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:בנק אגודת ישראל]]
[[he:בנק אגודת ישראל]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]]

רעוויזיע פון 06:12, 24 אקטאבער 2023

 

באנק אגודת ישראל איז א באנק אין מדינת ישראל וואס אינוועסטירער פון חוץ־לארץ האבן אויפגעשטעלט אין יאר 1965, אין קאלאבאראציע מיט אגודת ישראל. סוף 1971 האט זיך פארפלאנטערט דער באנק מיט שוועריקייטן און אין אנהייב 1972 האט באנק לאומי אפגעקויפט די באנק.[1]

היסטאריע

באנק אגודת ישראל איז געגרינדעט געווארן דור די אינוועסטירער יוסף גלעזער און שמחה הורוויץ.[2] אגודת ישראל האט געהאט אקציעס אין דער באנק, און דער רעגלאמענט פון דער באנק האט פעסטגעשטעלט אז דער אמט פון באנק יושב ראש וועט זיין אין די הענט פון אגודת ישראל, און אז אגודת ישראל טאר נישט פארקויפן אירע אקציעס אין דער באנק.

אין 1967, נאך דעם קראַך פון באנק פויכטוואנגער, האט באנק אגודת ישראל אפגעקויפט רוב פון די צווייגן פון פויכטוואנגער.[3] ווען באנק אגודת ישראל האט זיך פארפלאנטערט אין 1971 האט זי געהאט 10 צווייגן.

ווען די באנק איז איינגעפאלן איז דאס געווען איינע פון די סיבות פארוואס באנק ישראל האט געפועל'ט צו דער געזעצגעבונג פון דעם באנקעריי געזעץ אין מדינת ישראל.[4]

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. שאול אברון, בנק אגודת ישראל נמכר לבל"ל, מעריב, יאנואר 14, 1972
  2. באנק אגודת ישראל עפנט אירע טויערן, בית יעקב, סיון תשכ"ה, עמ' 31
  3. דניאל בלוך, כל עסקי בנק ישראל, דבר, מאי 3, 1967
  4. פרופ' מאיר חת, ההיסטוריה של חוק הבנקאות, באתר "איגוד הבנקים"

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!