אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יוסף יצחק זאב קאלקאווסקי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||}}" ב־"")
שורה 24: שורה 24:
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]]

רעוויזיע פון 08:20, 24 אקטאבער 2023

טעקע:Me with rebbe closeup.JPG
איציק אלס בחור מיט זיין רבין ר' משה וויינבערגער
הרב קאלאקאווסקי מיט גאווערנאר טאם וואלף פון פענסילוואניא חנוכה תשע"ט

ר' יוסף יצחק זאב קאלקאווסקי (געווען באקאנט אלס זשאוסעף קאלקאווסקי) איז רב הצעיר פון בית מדרש ד'ווייט לייק אין ניו יארק, אונטער דער נשיאות פון הרה"ג רבי שמואל יוסף פישביין היינט צוטאגס. ער איז אויך א טשאפלין אין א תפיסה אין פענסילוואניא און אויך אין א שפיטאל אין ראקלאנד קאונטי. ער רופט זיך אן אב"ד קאבלענץ היינט צוליב ער איז אן איינעקל פון דעם בעל חוות יאיר, ווער איז געווען רב אין קאבלענץ, און ער רופט זיך דעם קהילה אין די תפיסה "ק"ק חוות יאיר ד'קאבלענץ".

ער איז געווען רב אין קהילת קול אמת - א יאנג איזראעל שול - א פאר יאר. ער איז אויך געווען רבי פון מוסדות נחלי אמונה ד'ריטשמאנד אין ווירזשיניע.

אויך באקאנט אלס איציק קאלקאווסקי, ער איז געבוירן צו זיין אידישער מאמע אין לאנג איילאנד, און אלס קינד זיינע עלטערן האבן געצויגן אין א קליין דערפל קאליקון, א האלבע שעה אוועק פון מאנטיסעלא אפסטעיט ניו יארק. זיין טאטע איז א באקאנטער פאליציימאן אין דער געגנט וואס אלע אידישע קאנטרי'ס און קעמפ'ס קענען זייער גוט.

טעקע:RabbiKolakowski.JPG
אין ווירשזיניע חול המועד פסח נאכן זאגן א דרשה פאר פרייע אידן

זיין זיידע איז געווען א מאדערנער ארטאדאקסישער איד, געבוירן אין אמעריקא צו אונגארישע אידן פון דער שטאט סאטמאר, און ער האט אים זייער שטארק מקרב געווען. דעם זיידע אליין איז געווען אן איינעקל פון גדולי רבנים, צווישן זיי דעם טשענגער רב (הרב משה שפיטץ), קראלער רב (הרב משה אריה אסטרייכער און זיין פאטער,הרב מייר לייב), טעמעשווארער רב (הרב לוי ירושלמי), ווערדאנער רב (הרב נפתלי צבי ליפכאוויץ), של"ה הק',דעם בעל חוות יאיר, מהר"ל מפראג, און אויך אנדערער גרויסער רבנים און צדיקים. דער קליינער זשאסעף'ל וויאזוי מען האט אים דענמאלטס גערופן איז נתקרב געווארן צו אידישקייט זיך צוזעהנדיג די באשיידן און פיל מיט פרייד און געפיל לעבנסשטייגער פון די ארטיגע חסידים וואס וויילן דארטן אין די זומער טעג.

ער האט אנגעהויבן צו זיכן און נישטערן ביז איינער האט אים געשיקט לערנען אין עזרא אקאדעמיע א קירוב שולע אין קווינס, דארטן איז ער נשפע געווארן פון זיין רבי און מורה דרך רבי משה וויינבערגער אליין א געווארענער חסיד נאכדעם וואס ער איז צוריק צו זיין אפשטאם אלס בעלזער חסידים פארן צווייטן וועלט קריג.


נאך דעם, ר' יצחק זאב האט געלערנט אין ישיבת אור שמח און ירושלים, און דארט האר ער געהאט א שטארקער קשר מיט א סאך אדמורי"ם, און נאך דעם האט ער געלערנט און ישיבת בית מדרש לתלמוד און קווינס און דארט איז ער בקומען הוראה.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!