אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שלעזיש"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (דעסקריפציע)
שורה 25: שורה 25:
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:שלזית]]
[[he:שלזית]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]]

רעוויזיע פון 13:44, 24 אקטאבער 2023

שלעזיש (שלעזיש: ślůnsko godka, ślůnski, אָדער pů našymu; פּויליש: język śląski) אָדער אייבערשלעזיש איז אַ שפּראַך־וואַריאַנט וואָס מען רעדט אין דער אייבערשלעזיע־ראַיאָן פון פוילן, אויך אין דער טשעכיי און אין דייטשלאַנד. אין 2011 האָבן בערך 509.000 מענטשן[1] געמאָלדן שלעזיש ווי זייער מוטערשפּראַך. מען שאַצט אָפּ אַז שלעזיש האָט בסך־הכּל 1.250.000 רעדערס.

שלעזיש איז א מערב־סלאַווישע שפראַך, נאָענט צו פויליש (טייל לינגוויסטן האַלטן שלעזיש פאַר אַ פּוילישן דיאַלעקט.)

אַלפאַבעט

מע פלעג שרייבן שלעזיש מיטן פּוילישן אַלפאַבעט. אין 2006 האָט מען געשאַפן א נייעם שלעזישן אַלפאַבעט, באַזירט אויף 10 שלעזישע שריפטן. דער נייער אַלפאַבעט ווערט געניצט אויף דער אינטערנעץ און אין דער שלעזישער וויקיפּעדיע.

דער אַלפאַבעט האָט 32 אותיות: Aa Bb Cc Ćć Čč Dd Ee Ff Gg Hh Ii Jj Kk Ll Mm Nn Ńń Oo Pp Rr Řř Ss Śś Šš Tt Uu Ůů Ww Yy Zz Źź Žž

און פיר דיגראַפן: Ch Dz Dź Dž.

דרויסנדע לינקס

Wikipedia
וויקיפּעדיע אויף שלעזיש

רעפערענצן


סלאווישע שפראכן 
אסט-סלאוויש: אוקראיניש | בעלארוסיש | רוסיניש | רוסיש
וועסט-סלאוויש: טשעכיש | כנעניש (יידיש-טשעכיש) | סארביש: אויבער סארביש, אונטער סארביש | סלאוואקיש | פויליש | קאשוביש | שלעזיש
דרום-סלאוויש: בולגאריש | מאקעדאניש | סלאוועניש | סערבא-קראָאַטיש: באסניש, סערביש, קראָאַטיש, מאנטענעגריניש
אַנדערע: אלט קירכע סלאוואניש | אינטערסלאוויש

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!