אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רחבעם"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (דעסקריפציע)
שורה 14: שורה 14:
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:רחבעם]]
[[he:רחבעם]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]]

רעוויזיע פון 13:27, 24 אקטאבער 2023

רחבעם מלך יהודה

רחבעם (לויט די טראדיציאנעלע ציילונג: ב'תתקכ"ג - ב'תתקפ"א) איז געווען דער זון פון שלמה המלך און האט געירשנט זיין טאטנס מלוכה אבער נאר אויף שבט יהודה און שבט בנימין. מען האט אים געקרוינט אלץ קעניג ווען ער איז געווען 41 יאר אלט.

ווען שלמה המלך איז געשטארבן האבן די עשרת השבטים זיך אפגעשיידט פון דוד המלך'ס שטאמבוים וויבאלד רחבעם האט נישט געוואלט קלענערן די שטייער פון די עשרת השבטים, (אויסער שבט יהודה און בנימין). אין פסוק שטייט די יודן האבן געבעטן פון רחבעם ער זאל זיין ווייך און נאכגיביג פאר די אידן, נישט שטרענג, רחבעם האט זיך באראטן מיט די אלטע חכמים, זיין האבן אים מיעץ געווען ער זאל פאלגן. אבער די יונגע חכמים האבן אים געגעבן א עצה נישט צו פאלגן נאר זיין שטרענג, רחבעם האט זיך צוגעהערט צו די יונגע חכמים, כדי די נבואה פון באשעפער זאל מקיום ווערן אז אלטס שטראף פאר שלמה המלך זאל די מלוכה צוטיילט ווערן. און דאס האט געברענגט אז זיין קעניגרייך איז צופאלן. די עשרת השבטים האבן דאן געבויט אן אייגענעם קעניגרייך מלכות ישראל אונטער דער קעניג ירבעם בן נבט.

רחבעם וויל דאן ארויס גיין א מלחמה קעגן ירבעם בן נבט, ער האלט אז ירבעם איז א מורד במלכות, אבער שמעיה האלט אים אָפּ. כֹּה אָמַר ה' לֹא-תַעֲלוּ וְלֹא-תִלָּחֲמוּן עִם-אֲחֵיכֶם בְּנֵי-יִשְׂרָאֵל, שׁוּבוּ אִישׁ לְבֵיתוֹ--כִּי מֵאִתִּי נִהְיָה, הַדָּבָר הַזֶּה; וַיִּשְׁמְעוּ אֶת-דְּבַר ה', וַיָּשֻׁבוּ לָלֶכֶת כִּדְבַר ה' מלכים א' (פרק י"ב)


]

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!